25 ברידער, זייט מתפלל פאר אונדז.
איך בעט אייך אבער, ברידער, דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח און דורך דער ליבע פונם גייסט, אז איר זאלט מיטקעמפן מיט מיר אין אייערע תפילות פאר מיר צו ה׳,
בשעת איר טוט אויך מיטהעלפן מיט אייער תפילה טאן פאר אונדז; כדי פאר דער מתנה, וואס איז אונדז געגעבן געווארן פון א סך פערזאנען, זאלן א סך אפגעבן א שבח פאר אונדזערטוועגן.
ווארום איך ווייס, אז דאס דאזיקע וועט אויספאלן צו מיין ישועה, דורך אייער מתפלל זיין און דורך דער הילף פון יהושע/ישוע המשיחס גייסט,
תפילה טוענדיק צוגלייך אויך פאר אונדז, אז ה׳ זאל אויפעפענען א טיר פאר דעם ווארט, צו רעדן דעם סוד פון משיח, צוליב וועמען איך בין אויך געבונדן;
און אין דער זעלביקער צייט גרייט אויך צו פאר מיר א גאסטשטיבל; ווארום איך האף, אז דורך אייערע תפילות, וועל איך געשענקט ווערן צו אייך.