Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א טעסאלאניקער בריוו 5:21 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

21 פרובירט אלץ אויס, האלט פעסט דאס גוטע;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א טעסאלאניקער בריוו 5:21
40 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און פארוואס משפט איר נישט פון זיך אליין, וואס איז גערעכט?


בלייבט אין מיר, און איך אין אייך, ווי די צווייג קען נישט ברענגען קיין פירות פון זיך אליין, אויב זי בלייבט נישט אינם וויינשטאק, אזוי (קענט) איר נישט, אויב איר בלייבט נישט אין מיר.


דאן האט יהושע/ישוע געזאגט צו די יידן, וואס האבן געגלויבט אין אים: אויב איר וועט בלייבן אין מיין ווארט, זענט איר באמת מיינע תלמידים;


וועלכער האט זיך געפריידט, ווען ער איז אהינגעקומען און געזען דעם חסד פון ה׳; און האט אלעמען מזהיר געווען, זיך צו באהעפטן צום האר מיט אן אנטשלאסן הארץ;


שטארקענדיק די זעלן פון די תלמידים, און מזהיר זייענדיק זיי צו בלייבן אין דער אמונה, און אז דורך פיל צרות מוזן מיר אריינקומען אין דעם מלכות פון ה׳.


און די דאזיקע (יידן) זענען געווען איידעלער ווי די אין טעסאלאניקא, ווייל זיי האבן אנגענומען דאס ווארט מיט יעדער גרייטוויליקייט, און טאג טעגלעך געפארשט די כתבי (הקודש), צי עס איז אזוי.


און זייט נישט געגליכן צו דער דאזיקער וועלט, נאר פארענדערט זיך דורך דער באנייאונג פון אייער געמיט, כדי פעסטצושטעלן וואס עס איז ה׳ס גוטער און וואוילגעפעלענער און פאלקאמענער רצון.


זאל די ליבע זיין אָן פאלשקייט; האט פיינט דאס שלעכטע, באהעפט זיך צו דעם גוטן.


דערפאר, געליבטע ברידער מיינע, זייט פעסט, אומבאוועגלעך, און מערט אייך תמיד אין דער זאך פון דעם האר, ווייל איר ווייסט, אז אייער פראצע איז נישט אומזיסט אינם האר.


ווארום ווער צווישן מענטשן ווייסט וואס (עס טוט זיך) אין א מענטשן, אויב נישט דעם מענטשנס גייסט אין אים? אויך אזוי ווייסט קיינער נישט וואס עס איז אין ה׳, אחוץ ה׳ס גייסט.


דעריבער, אזויווי מיר האבן א געלעגנהייט, לאמיר טאן גוטס צו אלעמען, און איבערהויפט צום הויזגעזינד פון אונדזער אמונה.


און פרובירט אויס וואס עס איז וואוילגעפעלן פאר דעם האר (ג‑ט);


כדי אונטערשיידן די פארשיידענע זאכן, כדי איר זאלט זיין לויטער און וואס דערפירן נישט צום שטרויכלען ביז צום טאג פונם משיח,


דאך, לאמיר לעבן לויט דעם, וואס מיר האבן שוין דערגרייכט.


צום סוף, ברידער, אלץ וואס איז נאר אמת, בכבודיק, גערעכט, לויטער, ליבלעך, האט א גוטן שם; אויב א גוטע מידה און אויב עפעס צום לויבן, זאלט איר דערפון נאכטראכטן.


זעט, אז קיינער זאל נישט אפצאלן קיינעמען שלעכטס פאר שלעכטס; נאר תמיד זאלט איר נאכיאגן דאס גוטע איינער פאר דעם אנדערן און פאר אלעמען.


דערווייטערט זיך פון בייז אין יעדער געשטאלט.


שטייט זשע פעסט, ברידער, און האלט די קבלות, וועלכע איר זענט געלערנט געווארן, סאי דורך אונדזער ווארט, סאי דורך אונדזערס א בריוו.


דאס דאזיקע ווייסטו, אז פון מיר האבן זיך אפגעקערט אלע, וואס געפינען זיך אין (קליין) אזיען, צווישן וועלכע עס זענען פיגעלוס און הערמאגענעס.


ווארום פון די דאזיקע זענען די, וואס גנבענען זיך אריין אין הייזער און נעמען געפאנגען נארישע ווייבלעך, וועלכע זענען באלאדן מיט זינד און ווערן פארפירט פון פארשיידענע תאוות,


אלעקסאנדער דער קופערשמיד האט מיר געטאן פיל בייז; דער האר וועט אים פארגעלטן לויט זיינע מעשים;


לאמיר האלטן פעסט, אָן צאנקעניק, די אמונה פון דער האפענונג; ווייל געטריי איז דער, וואס האט צוגעזאגט;


געליבטע, גלויבט נישט יעדן גייסט, נאר פרובירט אויס די גייסטער, צי זיי זענען פון ה׳; ווייל א סך פאלשע נביאים זענען ארויסגעגאנגען אין דער וועלט אריין.


איך קען דיינע מעשים, און דיין מי און סבלנות, און אז דו קענסט נישט דערטראגן די רשעים, און האסט אויסגעפרואווט די, וועלכע רופן זיך שליחים און זענען עס נישט, און האסט זיי אויסגעפונען פאר ליגנער;


דאך וואס איר האט, דאס האלט פעסט ביז איך וועל קומען.


איך קום גיך; האלט פעסט, וואס דו האסט, כדי קיינער זאל נישט אוועקנעמען דיין קרוין.


געדענק זשע וויאזוי דו האסט מקבל געווען און געהערט, און היט עס אפ, און טו תשובה. אויב דעריבער דו וועסט נישט וואכן, וועל איך קומען, ווי א גנב, און דו וועסט נישט וויסן, אין וועלכער שעה איך וועל קומען איבער דיר.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ