17 טוט תפילה אָן אויפהער;
און ער האט געזאגט א משל צו זיי, אז זיי דארפן תמיד תפילה טאן, און נישט מיד ווערן,
דעריבער וואכט אין יעדער צייט, און טוט תפילה, אז איר זאלט ווערטיק זיין צו אנטרינען די דאזיקע אלע זאכן, וואס דארפן געשען, און צו שטיין פאר דעם בר אנש!
אין דער האפענונג, זייט פריילעך; אין א צרה, זייט געדולדיק; אינם תפילה טאן, האלט אָן;
מתפלל זייענדיק צו יעדער צייט אינם גייסט מיט תפילות און תחנונים, און צו דעם צוועק וואכנדיק מיט יעדער התמדה און געבעט פאר אלע קדושים,
האלט אָן אין מתפלל זיין, און וואכט אין דעם מיט דאנק;
אבער דער קץ פון אלעם האט זיך דערנענטערט; זייט דעריבער שכלדיק און ניכטערן צו תפילות;