Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א טעסאלאניקער בריוו 5:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 מיר בעטן אייך אבער, ברידער, אז איר זאלט קענען די, וועלכע באמיען זיך צווישן אייך, און זענען די וואס זענען איבער אייך אינם האר און רעדן צו אייך דברי מוסר,

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א טעסאלאניקער בריוו 5:12
42 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און אין דעם זעלביקן הויז זאלט איר בלייבן, עסט און טרינקט וואס זיי האבן; ווארום דער ארבעטער איז ווערט זיין לוין. גייט נישט פון הויז צו הויז.


איך האב אייך געשיקט צו שניידן, וואס איר האט נישט באארבעט; אנדערע האבן געארבעט, און איר זענט אריינגעקומען אין זייער ארבעט אריין.


היט זשע זיך און די גאנצע סטאדע, אויף וועלכער דער רוח הקודש האט אייך באשטימט פאר משגיחים, כדי צו פאשען ה׳ס קהלה, וועלכע ער האט געקויפט מיט זיין אייגן בלוט.


אלץ האב איך אייך געוויזן, אז הארעווענדיק אויף אזא אופן, דארף מען העלפן די שוואכע, און געדענקען דעם האר ישועס ווערטער, ווייל ער אליין האט געזאגט: עס איז וויילער צו געבן ווי צו נעמען.


גיט אפ שלום טריפיינא און טריפאסא, וואס האבן שווער געארבעט אינם האר. גיט אפ שלום די געליבטע פערסיס, וועלכע האט זייער פיל געארבעט אינם האר.


גיט אפ שלום מרימען, וועלכע האט פיל געארבעט פאר אייערטוועגן.


און ה׳ האט אייניקע באשטימט אין דער קהלה, ערשטנס שליחים, צווייטנס נביאים, דריטנס מלמדים, דערנאך וואונדער, דערנאך מתנות פון רפואה, הילף, פארוואלטונג, מינים לשונות.


נאר דורך ה׳ס חסד בין איך, וואס איך בין; און זיין חסד צו מיר איז נישט געווען ארויסגעווארפן; נאר איך האב געהארעוועט מער פון זיי אלעמען; דאך נישט איך, נאר ה׳ס חסד, וואס איז מיט מיר.


אז איר אויך זאלט זיך אונטערטעניקן צו אזעלכע, און צו יעדן, וואס ארבעט מיט און באמיט זיך.


ווארום זיי האבן דערפרישט מיין גייסט און אייערן; דעריבער זאלט איר אפגעבן אנערקענונג צו אזעלכע.


ווארום מיר זענען ה׳ס מיטארבעטער: ה׳ס אקערפעלד, ה׳ס בנין זענט איר.


זיי זענען משיחס דינער?—איך רעד ווי פון משוגע—איך נאך מער; א סך מער אין ארבעט, א סך מער אין תפיסות, אין שלעק איבער דער מאס, פילמאל אין סכנות נפשות.


דערפאר שטרעבן מיר אויך, צי מיר זענען אינדערהיים צי מיר זענען ווייט, צו זיין וואוילגעפעלן פאר אים.


און מיטארבעטנדיק מיט אים, זענען מיר אייך אויך מזהיר, אז איר זאלט נישט מקבל זיין דעם חסד פון ה׳ אומזיסט!


איך האב מורא פאר אייך, טאמער האב איך געפראצעוועט צווישן אייך אומזיסט.


פעסטהאלטנדיק דאס ווארט פון לעבן, מיר צום רום אינם טאג פון דעם משיח, אז איך בין נישט אומזיסט געלאפן און האב נישט אומזיסט געפראצעוועט.


און איך האף אין דעם האר יהושע/ישוע צו שיקן טימאטעוסן צו אייך אין גיכן, כדי איך זאל זיך אויך פילן בארואיקט, דערוויסנדיק זיך ווי עס דערגייט אייך.


פאר דעם צוועק באמיען איך מיך אויך און זיך געראנגלט לויט זיין כוח, וואס ווירקט אין מיר מיט גבורה.


ווארום איר געדענקט (דאך), ברידער, אונדזער מי און מאטער: ארבעטנדיק ביינאכט און בייטאג, כדי נישט צו פאלן צולאסט עמיצן פון אייך, האבן מיר אייך געדרשנט די גוטע בשורה פון ה׳.


און ווייטער, ברידער, בעטן מיר און זענען אייך מזהיר אינם האר יהושע/ישוע, אז ווי איר האט מקבל געווען פון אונדז, וויאזוי איר דארפט זיך לעבן וואוילגעפעלן צו ה׳—און טאקע אזוי ווי איר טוט דאס, אז איר זאלט עס פיל פארמערן.


און מיר זענען אייך מזהיר, ברידער, איר זאלט ווארנען די אומרואיקע, שטארקן די ווייכהארציקע, אונטערלענען די שוואכע, זיין גרויסמוטיק לגבי אלעמען.


אויף א זקן זאלסטו דיך נישט בייזערן, נאר זיי אים מזהיר, ווי א פאטער; די יונגערע (מענער), ווי ברידער;


די חוטאים זאלסטו שטראפן פאר אלעמען, כדי אפילו די איבריקע זאלן מורא האבן.


דער פארמער, וואס פראצעוועט, זאל צום ערשט געניסן פון די פירות.


און אין דער געהעריקער צייט אנטפלעקט זיין ווארט אין דעם אויסרופן, וואס איז מיר אנפארטרויט געווארן לויט א געבאט פון ה׳ אונדזער רעטער—


דערפאר האב איך דיך איבערגעלאזט אין קרעטא, כדי דו זאלסט ברענגען אין ארדנונג, וואס עס פעלט נאך, און באשטימען זקנים אין יעדער שטאט, ווי איך האב דיר באפוילן;


די דאזיקע זאכן זאלסטו זאגן, און מזהיר זיין און שטראפן מיט יעדער שטרענגקייט. קיינער זאל דיך נישט מבזה זיין.


זייט געהארכזאם צו אייערע מנהיגים און אונטערטעניקט זיך (צו זיי); ווארום זיי וואכן איבער אייערע זעלן, ווי זיי וואלטן געהאט אפצוגעבן א חשבון; כדי זיי זאלן דאס טאן מיט פרייד און נישט זיפצנדיק, מחמת דאס דאזיקע איז פאר אייך אָן א נוצן.


געדענקט אייערע מנהיגים, וועלכע האבן צו אייך גערעדט ה׳ס ווארט; און טוט זיי נאך אין אמונה; קוקט זיך צו צו דעם תכלית פון זייער לעבן.


דעם סוד פון די זיבן שטערן, וועלכע דו האסט געזען אויף מיין רעכטער האנט, און די זיבן גאלדענע מנורות. די זיבן שטערן זענען מלאכים פון די זיבן קהלות; און די זיבן מנורות זענען די זיבן קהלות.


און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין פערגאמוס שרייב: דאס זאגט דער, וועלכער האט די מעסער-ווי צוויי-שארפיקע שווערד:


און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין טיאטירא שרייב: דאס זאגט דער זון פון דער אויבערשטער, וועלכער האט אויגן, ווי א פלאם פייער, און זיינע פיס זענען גלייך צו פיין קופער:


און דו האסט געדולד און האסט סובל געווען צוליב מיין נאמען און ביסט נישט געווארן מיד.


און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין סמירנא שרייב: דאס זאגט דער ערשטער און דער לעצטער, וועלכער איז געווען טויט און איז לעבעדיק געווארן:


און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין סארדעס שרייב: דאס זאגט דער, וועלכער האט די זיבן גייסטער פון ה׳, און די זיבן שטערן:


און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין לאאדיצעא שרייב: דאס זאגט דער אמן, דער באגלויבטער און ווארהאפטיקער עדות, דער אנהויב פון ה׳ס באשאפונג:


און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין פילאדעלפיא שרייב: דאס זאגט דער הייליקער, דער ווארהאפטיקער, דער, וועלכער האט דעם שליסל פון דוד, דער, וועלכער עפנט אויף, און קיינער שליסט נישט צו; און וועלכער פארשליסט און קיינער עפענט נישט (ישעיהו כב, כב.);


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ