9 און וואס שייך ברידערלעכער ליבע, באדארפט איר נישט, מען זאל שרייבן צו אייך, ווייל איר אליין זענט געלערנט פון ה׳, ליב צו האבן איינער דעם אנדערן;
אן אנדערע, וואס איז גלייך צו דער, איז: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר, ווי דיך אליין. (ויקרא יט, יה.)
דער פרקליט אבער, דער רוח הקודש, וועמען דער פאטער וועט שיקן אין מיין נאמען, ער וועט אייך אלץ לערנען, און אייך דערמאנען אלץ, וואס איך האב אייך געזאגט.
און ביי דעם רוב מאמינים איז געווען איין הארץ און איין גייסט, און קיינער האט נישט געזאגט, אז עפעס פון זיין באזיץ איז זיין אייגנס; נאר אלץ איז ביי זיי געווען געמיינשאפטלעך.
האט ליב איינער דעם אנדערן מיט ברידערלעכער ליבע; אינם צוטיילן כבוד, זאל יעדער איינער פריער אין זינען האבן דעם אנדערן;
ווארום וואס שייך דער עבודה פאר די קדושים, איז עס איבריק פאר מיר צו שרייבן צו אייך;
דעריבער, אזעלכע וואס זענען שוין שלמותדיק, לאמיר דענקען דאס דאזיקע; און אויב איר דענקט אנדערש וועגן עפעס, אויך דאס דאזיקע וועט ה׳ אייך אנטפלעקן;
און וואס שייך די צייטן און זמנים, ברידער, דארפט איר נישט, אז מען זאל שרייבן צו אייך.
דאס איז דער בונד, וואס איך וועל מאכן מיט זיי נאך יענע טעג, זאגט דער האר (ג‑ט), איך וועל געבן מיין תורה אין זייערע הערצער און אויף זייער פארשטאנד וועל איך זי שרייבן;
זאל די ברידערלעכע ליבע בלייבן.
און צום סוף, האט אלע איין מחשבה, האט מיטלייד, זייט ברידערלעך, בארמהערציק, האלט זיך נידעריק;
קודם כל זאלט איר האבן א שטארקע ליבשאפט איינער פאר דעם אנדערן; ווייל ליבע פארדעקט א מאסע זינד; (משלי י, יב.)
און צו יראת שמים די ברידערלעכקייט; און צו דער ברידערלעכקייט די ליבע.
ווער עס האט ליב זיין ברודער, דער בלייבט אין דעם ליכט, און קיין מיכשול איז אין אים נישט פאראן.
ווייל דאס דאזיקע איז די שמועה, וועלכע איר האט געהערט פון אנהויב אָן: אז מיר זאלן ליב האבן איינער דעם אנדערן;
און אָט דאס דאזיקע איז זיין געבאט, אז מיר זאלן גלויבן אין דעם נאמען פון זיין זון יהושע/ישוע המשיח, און ליב האבן איינער דעם אנדערן, ווי ער האט אונדז געגעבן א געבאט.
און דאס דאזיקע געבאט האבן מיר פון אים; אז ווער עס האט ליב ה׳, דער זאל אויך ליב האבן זיין ברודער.