8 דעריבער דער, וואס פאראכט עס, פאראכט נישט א מענטשן, נאר ה׳, וועלכער גיט אונדז אויך דעם רוח הקודש.
ווער עס הערט אייך, דער הערט מיך, און ווער עס פארווארפט אייך, דער פארווארפט מיך; ווער אבער עס פארווארפט מיך, דער פארווארפט אים, וואס האט מיך געשיקט.
דער, וואס ווארפט מיך אפ און נעמט נישט אָן מיינע רייד, האט שוין זיין שופט; דאס ווארט, וואס איך האב גערעדט, דאס וועט אים משפטן אין דעם לעצטן טאג.
זעט, איר פאראכטער, און וואונדערט זיך און פארגייט, ווייל איך טו א ווערק אין אייערע טעג, א ווערק, וואס איר וועט נישט גלויבן, ווען עמיצער וועט עס אייך דערציילן. (חבקוק א, ה.)
די האפענונג אבער אנטוישט נישט, ווייל ה׳ס ליבע איז אויסגעגאסן אין אונדזערע הערצער דורך דעם רוח הקודש, וועלכער איז אונדז געגעבן געווארן.
צו אונדז אבער האט ה׳ עס אנטפלעקט דורך זיין גייסט; ווארום דער גייסט פארשט אלץ אויס, אפילו די טיפענישן פון ה׳.
וויילער אבער איז איר, לויט מיין מיינונג, ווען זי בלייבט אזוי; און מיר שיינט אויס, אז אויך איך האב דעם גייסט פון ה׳.
וועלכער האט אונדז אויך געחתמעט און געגעבן אין אונדזערע הערצער דעם ערבון פון דעם גייסט.
און ווייל איר זענט קינדער, האט ה׳ ארויסגעשיקט דעם גייסט פון זיין זון אין אונדזערע הערצער אריין, וואס רופט: אבא, טאטע פאטער!
צו זיי איז עס אנטפלעקט געווארן, אז נישט פאר זיך אליין, נאר פאר אייערטוועגן האבן זיי געדינט די דאזיקע זאכן, וואס זענען אייך איצט אנגעזאגט געווארן דורך די, וועלכע האבן אייך געברענגט די בשורה טובה דורך דעם רוח הקודש, וואס איז געשיקט געווארן פון הימל; זאכן, אין וועלכע מלאכים גארן אריינצוקוקן.
ווארום קיינמאל איז נאך נישט געברענגט געווארן קיין נבואה פון א מענטשנס ווילן; נאר געטריבן פונם רוח הקודש, האבן מענטשן גערעדט פון ה׳. (שמואל ב כג, ג.)
און ווער עס היט זיינע געבאטן, דער בלייבט אין אים, און ער אין אים. און דורך דעם דאזיקן דערקענען מיר, אז ער בלייבט אין אונדז: דורך דעם גייסט, וועלכן ער האט אונדז געשענקט.
און דאך זענען די דאזיקע בעלי חלומות אויף אזא אופן מטמא דאס פלייש, זענען מבזה ממשלות און לעסטערן מאיעסטעטן.