Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א טעסאלאניקער בריוו 4:7 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

7 ווייל דער האר איז זיך נוקם אין אלע די דאזיקע פאלן, ווי מיר האבן עס אייך פריער געזאגט און אויסדריקלעך געווארנט. ווארום ה׳ האט אונדז נישט גערופן צו טומאה, נאר צו קדושה.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א טעסאלאניקער בריוו 4:7
18 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

צו אלע, וואס זענען אין רוים, געליבטע פון ה׳, בארופן (צו זיין) הייליקע: חסד צו אייך און שלום פון ה׳ אונדזער פאטער און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח.


צו דער קהלה פון ה׳, וועלכע איז אין קארינט, צו די געהייליקטע אינם משיח יהושע/ישוע, צו די בארופענע קדושים, צוזאמען מיט אלע, וואס רופן אָן דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח אויף יעדן ארט, זייער (האר) און אונדזערער;


באשיימפערלעך, (קלאר) אבער זענען די מעשים פון דעם פלייש, וועלכע זענען זנות, טומאה, אויסגעלאסנקייט,


לויט ווי ער האט אונדז אויסדערוויילט אין אים איידער נאך די וועלט איז באשאפן געווארן, אז מיר זאלן זיין הייליק און אָן א פעלער פאר אים אין ליבע;


ווארום מיר זענען זיין ווערק, באשאפן אינם משיח יהושע/ישוע צו מעשים טובים, וועלכע ה׳ האט פארויס צוגעגרייט, אז מיר זאלן לעבן אין זיי.


דעריבער בעט איך אייך, איך, דער געפאנגענער אינם האר, אז איר זאלט לעבן ווי עס שטייט אָן דעם רוף, מיט וועלכן איר זענט גערופן געווארן,


האבנדיק פארלוירן יעדעס געפיל, האבן זיי זיך איבערגעגעבן צו צעלאזנקייט, צו טאן יעדע טומאה אין (שייכות מיט) געלטגייציקייט.


ווארום אונדזער לערנונג איז נישט אויס באטרוג, נישט אויס אומלויטערע (כוונות) אויך נישט מיט כיטרעקייט;


וועלכער האט אונדז געראטעוועט און גערופן מיט א הייליקן רוף, נישט לויט אונדזערע מעשים, נאר לויט זיין אייגענער עצה און חסד, וואס איז אונדז געשענקט געווארן אינם משיח יהושע/ישוע פאר אייביקע צייטן,


יאגט נאך שלום מיט אלעמען און די הייליקונג, אָן וועלכער קיינער וועט נישט זען דעם האר;


און איבערהויפט די, וועלכע גייען נאך שמוציקע תאוות פון דעם פלייש, און פאראכטן הערשאפט; עזות פנימער, פרעכע, זיי ציטערן נישט צו לעסטערן מאכטן;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ