די געבאטן קענסטו: דו זאלסט נישט מארדן! דו זאלסט נישט נואפן! דו זאלסט נישט גנבענען! דו זאלסט נישט פאלש עדות זאגן! דו זאלסט נישט באטריגן! דו זאלסט אפגעבן כבוד דיין פאטער און דיין מוטער! (שמות כ, יב-טז.)
קנאה, שכרות, פרעסעריי, און דאס גלייכן; וואס איך זאג אייך אָן פארויס, ווי איך האב אייך (שוין) פריער געזאגט, אז די, וואס טוען די דאזיקע זאכן, וועלן נישט ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳.
דאס דאזיקע זאג איך דעריבער און באשווער אייך אינם האר, אז איר זאלט זיך מער נישט אויפפירן, ווי די אומות (העולם) פירן זיך אויף אין דער נישטיקייט פון זייער שכל,
נאר עמיצער האט אין א געוויסער שטעלע עדות געזאגט, אזוי צו זאגן: וואס איז א מענטש, אז דו זאלסט אים געדענקען? אדער דער זון פון א מענטש, אז דו זאלסט אכטונג געבן אויף אים?
זע, דער לוין פון די ארבעטער, וועלכע האבן איינגעזאמלט דעם שניט פון אייערע פעלדער, (דער לוין), וועלכער איז פון אייך צוריקגעהאלטן, שרייט; און די געשרייען פון די שניטער זענען אריינגעקומען אין די אויערן פון דעם האר, (דעם ג‑ט פון) צבאות.