2 ווארום איר ווייסט (דאך) וואס פאר א געבאטן מיר האבן אייך געגעבן דורך דעם האר יהושע/ישוע.
און לערנט זיי האלטן אלץ, וואס איך האב אייך געבאטן. און זע, איך בין מיט אייך אלע טעג, ביז צום קץ פון דער וועלט. אמן.
צו די, וואס זענען אָן א תורה, ווי אָן א תורה, דאך נישט זייענדיק ווי אָן א תורה פאר ה׳, נאר אין דער תורה פון דעם משיח, כדי איך זאל געווינען די, וואס זענען אָן א תורה.
און ווייטער, ברידער, בעטן מיר און זענען אייך מזהיר אינם האר יהושע/ישוע, אז ווי איר האט מקבל געווען פון אונדז, וויאזוי איר דארפט זיך לעבן וואוילגעפעלן צו ה׳—און טאקע אזוי ווי איר טוט דאס, אז איר זאלט עס פיל פארמערן.
ווארום דאס דאזיקע איז ה׳ס רצון, אייער הייליקונג, אז איר זאלט זיך אפהאלטן פון זנות;
ווארום אפילו ווען מיר זענען געווען ביי אייך, האבן מיר אייך דאס דאזיקע באפוילן, אז ווער עס וויל נישט ארבעטן, דער זאל אויך נישט עסן.
און מיר באפעלן אייך, ברידער, אין דעם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח, אז איר זאלט זיך אפשיידן פון יעדן ברודער, וואס פירט אן אומארנטלעך לעבן און נישט לויט דער קבלה, וועלכע איר האט באקומען פון אונדז.