Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א טעסאלאניקער בריוו 3:8 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

8 ווייל איצט לעבן מיר, ווען איר שטייט פעסט אינם האר.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א טעסאלאניקער בריוו 3:8
24 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

בלייבט אין מיר, און איך אין אייך, ווי די צווייג קען נישט ברענגען קיין פירות פון זיך אליין, אויב זי בלייבט נישט אינם וויינשטאק, אזוי (קענט) איר נישט, אויב איר בלייבט נישט אין מיר.


אויב איר בלייבט אין מיר, און מיינע ווערטער בלייבן אין אייך, מעגט איר בעטן וואס איר ווילט נאר, און עס וועט אייך געטאן ווערן.


דאן האט יהושע/ישוע געזאגט צו די יידן, וואס האבן געגלויבט אין אים: אויב איר וועט בלייבן אין מיין ווארט, זענט איר באמת מיינע תלמידים;


וועלכער האט זיך געפריידט, ווען ער איז אהינגעקומען און געזען דעם חסד פון ה׳; און האט אלעמען מזהיר געווען, זיך צו באהעפטן צום האר מיט אן אנטשלאסן הארץ;


דערפאר, געליבטע ברידער מיינע, זייט פעסט, אומבאוועגלעך, און מערט אייך תמיד אין דער זאך פון דעם האר, ווייל איר ווייסט, אז אייער פראצע איז נישט אומזיסט אינם האר.


וואכט, שטייט פעסט אין דער אמונה, זייט מענער, שטארקט זיך.


צו דער פרייהייט האט משיח אונדז פריי געמאכט; שטייט זשע פעסט, און לאזט זיך נישט ווידער איינשפאנען אין א יאך פון קנעכטשאפט.


אז דורך אמונה זאל דער משיח וואוינען אין אייערע הערצער; אז איר זאלט זיין איינגעווארצלט און געגרונטפעסטיקט אין ליבע,


ווארום פאר מיר איז משיח דאס לעבן און דאס שטארבן—א געווינס.


נאר פירט זיך אויף ווי עס שטייט אָן דער בשורה טובה פונם משיח, כדי צי איך קום און זע אייך, אדער קום נישט און הער וועגן אייך, אז איר שטייט אין איין גייסט, און ראנגלען צוזאמען מיט איין נפש פאר דער אמונה פון דער בשורה טובה,


דערפאר, ברידער מיינע געליבטע, נאך וועמען איך בענק (אזוי), מיין פרייד און מיין קרוין, שטייט אזוי פעסט אינם האר, געליבטע מיינע.


אויב איר וועט נאר פארבלייבן אין דער אמונה, געגרונטפעסטיקט און פעסט, און נישט באוועגן זיך פון דער האפענונג פון דער גוטער בשורה, וועלכע איר האט געהערט, וועלכע איז אויסגערופן געווארן אין דער גאנצער באשאפונג אונטערן הימל; פון וועלכער איך פוילוס בין געווארן א משרת.


זענען מיר דעריבער געטרייסט געווארן, ברידער, מיט אייך, אין יעדער באדריקונג און צרה אונדזערער, דורך אייער אמונה;


לאמיר האלטן פעסט, אָן צאנקעניק, די אמונה פון דער האפענונג; ווייל געטריי איז דער, וואס האט צוגעזאגט;


ווארום מיר זענען געווארן אנטיילנעמער אין דעם משיח, ווען מיר האלטן פעסט דעם אנהויב פון דעם בטחון ביז צום סוף;


דעריבער, האבנדיק א דערהויבענעם כהן גדול, וואס איז דורכגעגאנגען די הימלען, יהושען/ישוען דעם זון פון דער אויבערשטער, לאמיר האלטן פעסט אונדזער אני‑מאמין.


און דער ג‑ט פון יעדן חסד, וועלכער האט אייך גערופן צו זיין אייביקן כבוד אינם משיח, נאך דעם ווי איר האט געליטן אביסל, ער אליין וועט אייך מאכן שלמותדיק, שטארקן, קרעפטיקן, גרונטפעסטיקן.


און איר, געליבטע, וויסנדיק עס פארויס, זאלט זיך אפהיטן, כדי איר זאלט נישט מיטגעריסן ווערן דורך דער פארפירונג פון בייזע לייט, און נישט אוועקפאלן פון אייער אייגענעם פעסטן שטאנד.


איך קום גיך; האלט פעסט, וואס דו האסט, כדי קיינער זאל נישט אוועקנעמען דיין קרוין.


געדענק זשע וויאזוי דו האסט מקבל געווען און געהערט, און היט עס אפ, און טו תשובה. אויב דעריבער דו וועסט נישט וואכן, וועל איך קומען, ווי א גנב, און דו וועסט נישט וויסן, אין וועלכער שעה איך וועל קומען איבער דיר.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ