Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א טעסאלאניקער בריוו 2:9 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

9 ווארום איר געדענקט (דאך), ברידער, אונדזער מי און מאטער: ארבעטנדיק ביינאכט און בייטאג, כדי נישט צו פאלן צולאסט עמיצן פון אייך, האבן מיר אייך געדרשנט די גוטע בשורה פון ה׳.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א טעסאלאניקער בריוו 2:9
35 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און צי וועט דען ה׳ נישט שאפן גערעכטיקייט פאר זיינע אויסדערוויילטע, וואס רופן צו אים טאג און נאכט, אפילו ווען ער איז געדולדיק מיט זיי?


און איז געווען אן אלמנה ביז צו פיר און אכציק יאר, וואס האט נישט פארלאזט דאס בית המקדש, און האט געדינט ה׳ מיט תעניתים און תפילות בייטאג און ביינאכט.


און ווייל ער איז געווען פונם זעלביקן פאך, איז ער ביי זיי פארבלייבן, און זיי האבן געארבעט, ווארום זיי זענען געווען געצעלטנמאכער פון דער מלאכה.


נאר איך האלט, אז מיין לעבן איז נישט ווערט די רייד, אזוי טייער איז עס פאר מיר, אויב איך זאל נאר קענען פארענדיקן דעם לעבנס לויף מיינעם, און די עבודה, וואס איך האב באקומען פון דעם האר יהושע/ישוע, עדות צו זאגן פון דער גוטער בשורה פון ה׳ס חסד.


צוליב דעם זאלט איר שטיין אויף דער וואך, געדענקענדיק, אז במשך פון דריי יאר האב איך נישט אויפגעהערט, בייטאג און ביינאכט, צו זאגן מוסר צו יעדן איינעם פון אייך מיט טרערן.


פוילוס, א קנעכט פון יהושע/ישוע המשיחן, בארופן צו זיין א שליח, אפגעשיידט פאר דער בשורה טובה פון ה׳,


צו זיין א קנעכט פונם משיח יהושע/ישוע צו די אומות העולם, דינענדיק ווי א כהן אין דער בשורה טובה פון ה׳, כדי דאס קרבן פון די אומות העולם זאל ווערן באוויליקט, געהייליקט דורך דעם רוח הקודש.


מיט דער גבורה פון אותות און מופתים, מיט דער גבורה פונם רוח הקודש, אזוי, אז איך האב פון ירושלים און דער געגנט ארום ביז איליריקיען אומעטום פולשטענדיק אנגעזאגט די בשורה טובה פונם משיח;


און הארעווען, ארבעטנדיק מיט (אונדזערע) אייגענע הענט; שעלט מען אונדז, בענטשן מיר, ווערן מיר גערודפט, האלטן מיר אויס;


איך אבער האב מיך נישט באנוצט מיט קיינס פון די דאזיקע זאכן; און האב דאס נישט געשריבן, כדי מען זאל עס אזוי טאן לגבי מיר; ווארום עס איז מיר ליבער צו שטארבן, ווי עמיצער זאל צונישט מאכן מיין רום.


וואס זשע איז מיין שכר? אז אנזאגנדיק די בשורה טובה, זאל איך פארלייגן די בשורה טובה בחינם, און נישט מאכן קיין געברויך פון מיין רשות אין דער גוטער בשורה.


צי האבן מיר דען נישט קיין רשות צו עסן און צו טרינקען?


אין פראצע און הארעוואניע, אפטמאל אָן שלאף ביינאכט, אין הונגער און אין דורשט, אפטמאל אין תעניתים, אין קעלט און נאקעט (און בלויז).


און בשעת איך בין געווען ביי אייך און האב געליטן נויט, בין איך קיינעם נישט געפאלן צו לאסט; ווארום די ברידער, וואס זענען געקומען פון מאצעדאניען, האבן פול אנגעפילט מיין נויט; און אין אלעם האב איך מיך געהיטן נישט (צו זיין) קיין לאסט פאר אייך, און וועל מיך נאך היטן.


אין שלעק, אין תפיסות, אין מהומות, אין ארבעט, אין נאכט וואכן, אין תעניתים,


אז אפילו אין טעסאלאניקא האט איר מיר געשיקט איינמאל און א צווייטמאל פאר מיינע באדערפענישן.


דערמאנען מיר די פעולה פון אייער אמונה און די באמיאונג פון אייער ליבע און די סבלנות פון אייער האפענונג אויף אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, פאר אונדזער ג‑ט און פאטער;


נאר האבנדיק געליטן און געהאט אויסצושטיין חרפות אין פיליפי, ווי איר ווייסט, האבן מיר זיך דערמוטיקט אין אונדזער ג‑ט אנצוזאגן צו אייך די גוטע בשורה פון ה׳ אונטער גרויס געראנגל.


אויך נישט זוכנדיק כבוד פון מענטשן, צי פון אייך צי פון אנדערע,


ביינאכט און בייטאג טאן מיר זייער פיל מתפלל זיין, אז מיר זאלן זען אייער פנים און פארפאלקאמענען דאס, וואס פעלט (נאך) אין אייער אמונה.


לויט דער בשורה טובה פון הערלעכקייט פון דעם געבענטשטן ג‑ט, וועלכע איז מיר אנפארטרויט געווארן.


ווארום פאר דעם דאזיקן באמיען מיר זיך און ווערן באליידיקט, ווייל מיר האבן געזעצט אונדזער האפענונג אויף דעם לעבעדיקן ג‑ט, וועלכער איז דער העלפער פון אלע מענטשן, הויפטזאכלעך פון די מאמינים.


די ווירקלעכע אלמנה אבער און איינזאם האט בטחון אויף ה׳, און האלט אָן מיט תחינות און תפילות ביינאכט און בייטאג.


איך דאנק ה׳, וועמען איך דין פון מיינע אבות אָן מיט א לויטער געוויסן, אז אָן אויפהער האב איך דיך אין זכרון אין מיינע תפילות, ביינאכט און בייטאג.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ