5 ווייל ווי איר ווייסט, זענען מיר קיינמאל נישט געקומען מיט חניפהדיקע רייד, אויך נישט מיט אן אויסרייד פון גייציקייט, ה׳ איז אן עדות;
און זיי שיקן צו אים זייערע תלמידים מיט הורדוסנס לייט, אזוי צו זאגן: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט ווארהאפטיק, און אז דו לערנסט באמת דעם וועג פון ה׳, און פרעגסט נישט נאך קיינעם; מחמת דו ביסט נישט נושא פנים קיין מענטשן.
וויי איז אבער צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר פארשליסט דאס מלכות השמים פאר די מענטשן. ווארום איר גייט נישט אריין, און די אריינקומענדיקע לאזט איר נישט אריינגיין.
זילבער, אדער גאלד, אדער מלבושים, האב איך פון קיינעם נישט באגערט.
ווארום ה׳, וועמען איך דין אין מיין גייסט אין דער בשורה טובה פון זיין זון, איז מיין עדות ווי איך דערמאן אייך אָן אויפהער
ווארום אזעלכע מענטשן דינען נישט אונדזער האר משיח, נאר זייער אייגענעם בויך; און דורך שיינע און גלאטע רייד פארפירן זיי די הערצער פון די פשוטע מענטשן.
איך זאג דעם אמת אינם משיח, איך זאג נישט קיין שקר, מיין געוויסן זאגט מיר עדות דורך דעם רוח הקודש,
צי האב איך אייך דען אויסגענוצט דורך עמיצן פון די, וועמען איך האב געשיקט צו אייך?
ווארום מיר זענען נישט ווי א סך אנדערע, וואס מאכן שאכער‑מאכער מיט ה׳ס ווארט; נאר ווי פון א לויטער הארץ, נאר ווי פון ה׳ פאר ה׳ רעדן מיר אינם משיח.
נאר האבן זיך אפגעזאגט פון די פארבארגענע זאכן פון שאנדע, נישט לעבעדיק מיט כיטרעקייט, און נישט פעלשנדיק ה׳ס ווארט, נאר מיט דער ארויסווייזונג פון דעם אמת רעקאמענדירן מיר זיך צו יעדן מענטשנס געוויסן פאר ה׳.
גיט אונדז אן ארט אין אייערע הערצער; מיר האבן קיינעם נישט געטאן קיין עוולה, קיינעם נישט געטאן קיין שאדן, קיינעם נישט אפגענארט.
וואס אבער איך שרייב צו אייך, אָט פאר ה׳, אז איך זאג נישט קיין שקר.
איר זענט עדות, און ה׳ אויך, ווי הייליק און גערעכט און אָן א פעלער מיר האבן זיך אויפגעפירט צווישן אייך מאמינים;
נישט קיין טרינקער, נישט קיין שלעגער; נאר מילד, נישט קיין בעל מחלוקת, נישט קיין געלטליבהאבער;
אויך אזוי מוזן די שמשים זיין ערווירדיקע (לייט), נישט קיין טאפלצונגיקע, נישט קיין ליבהאבער פון פיל וויין, נישט גענייגט נאך שענדלעכן געווין;
ווארום דער משגיח דארף זיין אָן א פעלער, אלס ה׳ס פארוואלטער; נישט איינגעעקשנט, נישט קיין רגזן, נישט קיין שכור, נישט קיין שלעגער, נישט גענייגט צו שענדלעכן געווין;
פאשעט ה׳ס סטאדע, וואס איז ביי אייך, געבנדיק השגחה, נישט געצוואונגענערהייט, נאר אויס גוטן ווילן, לויט (דעם רצון פון) ה׳; און נישט צוליב שענדלעכע פארדינסטן, נאר מיט מונטערקייט;
ווארום רעדנדיק שטאלצע רייד אָן א זין, לאקן זיי מיט די תאוות פון דעם לייב דורך צעלאזנקייט די יעניקע, וואס זענען קוים אנטרונען פון די, וועלכע לעבן אין טעות;
און אויס געלטגיריקייט וועלן זיי אייך פארקויפן מיט באטריגערישע רייד; דאס משפט אויף זיי פון לאנג אָן זוימט זיך נישט און די פארדארבונג זייערע דרימלט נישט.
וויי איז צו זיי, ווייל זיי זענען געגאנגען אויף קינס דרך, און האבן זיך געווארפן אויף בלעמס פארפירונג פאר א לוין, און זענען אומגעקומען אין דער ווידערשפעניקייט פון קורחן!