Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א טעסאלאניקער בריוו 2:14 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

14 ווארום איר, ברידער, זענט געווארן נאכפאלגער פון די קהלות פון ה׳, וועלכע זענען אין (לאנד) יהודה אינם משיח יהושע/ישוע; ווייל דאס זעלביקע האט איר געליטן פון אייערע לאנדסלייט, ווי זיי פון די יידן (יהודה, נישט אלע יידן),

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א טעסאלאניקער בריוו 2:14
26 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און די, וועלכע זענען צעשפרייט געווארן צוליב דער רדיפה, וואס איז געשען איבער סטעפאנוסן, זענען אוועק ביז פעניציען און קפריסין און אנטיאכיען, נישט רעדנדיק דאס ווארט צו קיינעם אחוץ בלויז צו יידן.


די יידן אבער האבן אונטערגעהעצט די פרומע און אנגעזענע פרויען און די פארנעמע לייט פון דער שטאט, און האבן אויפגעוועקט א רדיפה אויף פוילוסן און בר‑נבאן, און זיי ארויסגעטריבן פון זייערע גרענעצן.


עס זענען אבער געקומען יידן פון אנטיאכיען און איקאניען און איבעררעדנדיק די מאסן און שטייניקנדיק פוילוסן, האבן זיי אים ארויסגעשלעפט אויסער דער שטאט, מיינענדיק, אז ער איז טויט.


די אומגלויביקע יידן אבער האבן אויפגעהעצט און פארביטערט די זעלן פון די אומות (העולם) קעגן די ברידער.


און די מאסע פון דער שטאט האט זיך געשפאלטן, א טייל זענען געווען מיט די יידן, און א טייל מיט די שליחים.


און ווי עס איז געמאכט געווארן א פיינטלעכער פארזוך מצד די אומות (העולם) און די יידן, מיט זייערע ראשים, זיי צו טאן שלעכטס און צו שטייניקן,


נאר ווי די יידן פון טעסאלאניקא האבן זיך דערוואוסט, אז אויך אין בערעא איז ה׳ס ווארט אנגעזאגט געווארן פון פוילוסן, זענען זיי אויך אהינגעקומען, אויפרעגנדיק און אויפהעצנדיק די מאסן.


ווען אבער גאליאן איז געווען פראקאנסול פון אכאיא, האבן די יידן זיך איינשטימיק אויפגעשטעלט קעגן פוילוסן, און אים געפירט צו דער כסא המשפט,


און שאול האט מסכים געווען צו זיין טויט. און יענעם טאג האט זיך אויפגעהויבן א גרויסע רדיפה אויף דער קהלה אין ירושלים; און אלע זענען צעשפרייט געווארן איבער די געגנטן פון יהודה און שומרון, מיטן אויסנאם פון די שליחים.


שאול אבער האט חרוב געמאכט די קהלה, איז אריינגעגאנגען אין יעדן הויז, און געשלעפט מענער און פרויען און זיי איבערגעגעבן אין תפיסה אריין.


שאול אבער האט נאך אלץ געאטעמט מיט דראונג און רציחה קעגן די תלמידים פון דעם האר, און איז געגאנגען צום כהן גדול,


האט חנניה געענטפערט: האר, איך האב געהערט פון פילע וועגן דעם דאזיקן מאן, וויפל שלעכטס ער האט געטאן צו דיינע קדושים אין ירושלים;


און די קהילה איבער גאנץ יהודה און גליל און שומרון האט געהאט שלום. איז דערבויט געווארן; און איז געגאנגען אין דער פורכט פון דעם האר; און דורך דער טרייסט פון דעם רוח הקודש האט זי זיך פארמערט.


זייט נישט קיין מיכשול פאר יידן, נישט פאר גריכן און נישט פאר דער קהלה פון ה׳;


נאר ווי דער האר האט יעדן צוגעטיילט, ווי ה׳ האט יעדן בארופן, אזוי זאל ער זיך נוהג זיין. און אזוי באפעל איך אין אלע קהלות.


און איך בין אבער געווען אומבאקאנט פנים אל פנים צו די קהלות אין יהודה, וועלכע זענען אינם משיח;


פוילוס און סילוואנוס און טימאטעוס צו דער קהלה פון די טעסאלאניקער אין ג‑ט דעם פאטער און דעם האר יהושע/ישוע המשיח: חסד צו אייך און שלום.


און איר זענט געווארן אונדזערע נאכפאלגער און פון דעם האר, מקבל געווען דאס ווארט אין פיל צרות, מיט שמחה פון דעם רוח הקודש;


ווארום אפילו ווען מיר זענען געווען ביי אייך, האבן מיר אייך פארויסגעזאגט, אז מיר וועלן ליידן צרות; און אזוי איז עס געשען, ווי איר ווייסט.


פוילוס און סילוואנוס און טימאטעוס צו דער קהלה פון די טעסאלאניקער אין ג‑ט אונדזער פאטער און אין האר יהושע/ישוע המשיח;


אזוי, אז מיר אליין בארימען זיך מיט אייך אין די קהלות פון ה׳, איבער אייער סבלנות און אמונה אין אלע אייערע רדיפות און צרות, וואס איר טראגט איבער; עס איז א באווייז פון ה׳ס גערעכטן משפט;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ