7 אזוי, אז איר זענט געווארן א מוסטער פאר אלע מאמינים אין מאצעדאניען און אין דעם (לאנד) אכאיא.
און ווען זיי זענען אריינגעקומען, זענען זיי ארויפגעגאנגען אין דער אויבערשטוב, וואו פעטרוס און יוחנן און יעקב און אנדריי, פיליפוס און תומא, בר‑תלמי און מתתיהו, יעקב בן חלפי און שמעון הקנאי און יהודה בן יעקב האבן געוואוינט.
און פונדאנען קיין פיליפי, וואס איז די ערשטע שטאט פון דעם טייל מאצעדאניען, א (רוימישע) קאלאניע, און אין דער דאזיקער שטאט האבן מיר פארברענגט אייניקע טעג.
נאך דעם איז ער ארויסגעגאנגען פון אטען, און איז געקומען קיין קארינט.
ווען אבער גאליאן איז געווען פראקאנסול פון אכאיא, האבן די יידן זיך איינשטימיק אויפגעשטעלט קעגן פוילוסן, און אים געפירט צו דער כסא המשפט,
און נאך דעם ווי די דאזיקע זאכן זענען געשען, האט פוילוס פארגענומען אין זיין גייסט, אז ווען ער וועט האבן דורכגעגאנגען מאצעדאניען און אכאיא, צו פארן קיין ירושלים, און האט געזאגט: נאך דעם ווי איך וועל דארטן זיין, מוז איך אויך זען רוים.
ווארום עס איז מאצעדאניען און אכאיא וואוילגעפעלן צו מאכן א געמיינזאמע נדבה לטובת די ארעמע צווישן די קדושים אין ירושלים.
פוילוס, א שליח פונם משיח יהושע/ישוע דורך ה׳ס רצון, און טימאטעוס, דער ברודער, צו דער קהלה פון ה׳, וועלכע געפינט זיך אין קארינט, צוזאמען מיט אלע הייליקע, וואס זענען אין גאנץ אכאיא:
ווארום איך קען אייער גוטן ווילן, צוליב וועלכן איך בארים מיך מיט אייך פאר די מאצעדאניער, אז אכאיא איז שוין געווען גרייט פון פאראיארן; און אייער אייפריקייט האט דערוועקט זייער פיל פון זיי.
ווארום פון אייך איז דאס ווארט פון דעם האר ארויסגעגאנגען נישט בלויז קיין מאצעדאניען און אכאיא, נאר אויף יעדן ארט האט זיך אייער אמונה צו ה׳ פארברייטערט, אזוי, אז מיר דארפן גארנישט רעדן דערפון.
ווארום איר טוט עס אויך צו אלע ברידער אין גאנץ מאצעדאניען. נאר מיר בעטן אייך, אז איר זאלט נאך פיל מער טאן,
זאל קיינער נישט מבזה זיין דיין יוגנט, נאר זיי א ביישפיל פאר די מאמינים, אין ווארט, אין אויפפירונג, אין ליבע, אין גלויבן, אין לויטערקייט.
אין אלעם זאלסטו דיך אליין האלטן פאר א פארבילד פון מעשים טובים, (ארויסווייזנדיק) אין דער לערנונג אומפארדארבנקייט, ווירדיקן ערנסט,
און אויך נישט ווי איר וואלט געהערשט איבער די ירושות, נאר ווערט פארבילדער פאר דער סטאדע.