Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א טעסאלאניקער בריוו 1:6 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

6 און איר זענט געווארן אונדזערע נאכפאלגער און פון דעם האר, מקבל געווען דאס ווארט אין פיל צרות, מיט שמחה פון דעם רוח הקודש;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א טעסאלאניקער בריוו 1:6
33 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דעמאלט האט יהושע/ישוע געזאגט צו זיינע תלמידים! אויב עמיצער וויל מיר נאכגיין, זאל ער זיך אליין פארלייקענען, און נעמען זיין בוים, און מיר נאכפאלגן!


דאן האט יהושע/ישוע ווידער צו זיי גערעדט, אזוי צו זאגן; איך בין דאס ליכט פון דער וועלט; דער, וואס פאלגט מיר נאך, וועט אויף קיין פאל נישט לעבן אין דער פינצטערניש, נאר וועט האבן דאס ליכט פון לעבן.


און די תלמידים זענען געווארן פול מיט פרייד און מיט דעם רוח הקודש.


און זיי זענען אוועקגעגאנגען פון פאר דעם סנהדרין, פרייענדיק זיך וואס זיי האבן ווערטיק געווען מבזה צו ווערן צוליב דעם נאמען.


און די קהילה איבער גאנץ יהודה און גליל און שומרון האט געהאט שלום. איז דערבויט געווארן; און איז געגאנגען אין דער פורכט פון דעם האר; און דורך דער טרייסט פון דעם רוח הקודש האט זי זיך פארמערט.


און דער ג‑ט פון האפענונג זאל אייך אנפילן מיט יעדער שמחה און שלום אינם גלויבן, כדי איר זאלט זיין רייך אין דער האפענונג דורך דער גבורה פונם רוח הקודש.


זייט מיינע נאכפאלגער, אזוי, ווי אויך איך בין פונם משיח.


איך לויב אייך, ברידער, וואס איר געדענקט מיך אין אלעם, און איר האלט פעסט די קבלות, ווי איך האב זיי אייך איבערגעגעבן.


דעריבער בעט איך אייך, זייט מיינע נאכפאלגער.


ווי טרויעריקע, אבער תמיד פריילעך; ווי ארעמעלייט, וועלכע מאכן אבער א סך רייך; ווי אזעלכע, וואס האבן גארנישט, און באזיצן דאך אלץ.


און נישט ווי מיר האבן געהאפט, נאר זיך אליין האבן זיי קודם כל געגעבן צום האר, און צו אונדז דורך ה׳ס רצון,


די פירות אבער פון דעם גייסט זענען ליבע, שמחה, שלום, סבלנות, פריינדלעכקייט, גוטסקייט, אמונה,


גייט דעריבער אין די דרכים פון ה׳, ווי געליבטע קינדער;


ברידער, זייט מיינע מיטנאכפאלגער; און פארקוקט זיך אויף די, וואס לעבן אזוי, ווי איר האט אונדז פאר א ביישפיל.


אזוי, אז מיר אליין בארימען זיך מיט אייך אין די קהלות פון ה׳, איבער אייער סבלנות און אמונה אין אלע אייערע רדיפות און צרות, וואס איר טראגט איבער; עס איז א באווייז פון ה׳ס גערעכטן משפט;


ווארום איר אליין ווייסט, ווי איר דארפט אונדז נאכטאן; ווייל מיר האבן זיך נישט אויפגעפירט אומארנטלעך צווישן אייך;


נישט ווייל מיר האבן נישט קיין רעכט, נאר כדי מיר אליין זאלן זיך אייך געבן פאר א ביישפיל, אונדז נאכצוטאן.


רוף אויס דאס ווארט; טרעט אויף אין געלעגענער צייט, אין אומגעלעגענער צייט; זאג מוסר, שריי אָן, זיי מזהיר, מיט פולער געדולד און לערנונג.


ווארום איר האט געהאט מיטלייד מיט די געפאנגענע און מיט פרייד אנגענומען דאס אויסרויבן פון אייער האב און גוטס, וויסנדיק, אז איר האט א גרעסער פארמעגן, וואס האט א קיום.


מיט דעם זאלט איר זיך פרייען, איר, וואס זענט איצט אויף א קליינער וויילע טרויעריק, ווען עס מוז זיין, אין פארשיידענערליי נסיונות,


וועמען איר האט נישט געזען און האט דאך ליב; און איצט, נישט זעענדיק אים, נאר גלויבנדיק אין אים, פריידט איר זיך מיט א שמחה, וואס איז אומאויסשפרעכלעך און הערלעך;


און ווער וועט אייך טאן שלעכטס, ווען איר וועט אייפערן פאר דעם גוטן?


געליבטער, טו נישט נאך דאס שלעכטע, נאר דאס גוטע. ווער עס טוט גוטס, דער איז פון ה׳; ווער עס טוט שלעכטס, דער האט נישט געזען ה׳.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ