13 עס גיט אייך אפ שלום די מיטאויסדערוויילטע קהלה אין בבל און מארקוס דער זון מיינער.
און ער האט זיך מישב געווען, און איז אוועק צום הויז פון מרים, די מוטער פון יוחנן, וועמען מען האט גערופן מארקוס, וואו א סך זענען געווען פארזאמלט און האבן תפילה געטאן.
און בר‑נבא און שאול האבן זיך אומגעקערט פון ירושלים, האבנדיק דערפילט זייער שליחות, און מיטנעמענדיק דעם יוחנן, וועמען מען האט גערופן מארקוס.
בר‑נבא אבער האט געוואלט מיטנעמען אויך דעם יוחנן, וועמען מען האט גערופן מארקוס.
און עס איז געקומען צו א פארביטערונג, אזוי, אז זיי האבן זיך אפגעטיילט איינער פון אנדערן, און בר‑נבא האט גענומען מארקוסן און זיך אוועקגעשיפט קיין קפריסין;
עס גיט אייך אפ שלום אריסטארכוס דער מיטגעפאנגענער מיינער, און מארקוס בר‑נבאס שוועסטערן‑זון (וועגן וועמען איר האט באקומען באפעלן; אויב ער וועט קומען צו אייך, זאלט איר אים אויפנעמען),
(אויך) מארקוס, אריסטארכוס, דעמאס, לוקאס, מיינע מיטארבעטער.
דער זקן צו דער אויסדערוויילטער הארינטע און צו אירע קינדער, וועלכע איך האב באמת ליב; און נישט בלויז איך אליין, נאר אויך אלע, וואס האבן דערקענט דעם אמת;
עס געבן דיר אפ שלום די קינדער פון דיין שוועסטער, דער אויסדערוויילטער.
און אויף איר שטערן איז געווען אויפגעשריבן א נאמען, א סוד; בבל די גרויסע, די מוטער פון די זונות און פון די אומווירדיקייטן פון דער ערד.
און ער האט א געשריי געטאן מיט א שטארק קול, אזוי צו זאגן: געפאלן, געפאלן איז בבל די גרויסע, און געווארן איז זי א וואוינונג פאר טייוולאנים, און א געפענקעניש פאר יעדן אומריינעם גייסט, און א תפיסה פאר איטלעכן אומריינעם און העסלעכן פויגל!