9 זייט גאסטפריינדלעך איינער צום אנדערן אָן געמורמל;
זייט מנדב פאר די נויטן פון די הייליקע, פלייסיקט אייך צו זיין מכניסי אורחים.
גאיוס, וועמעס גאסטפריינדשאפט איך און די גאנצע קהלה געניסן, גיט אייך אפ שלום. עראסטוס, דער שאצמייסטער פון דער שטאט, און קווארטוס דער ברודער, גיבן אייך אפ שלום.
יעדער איינער (זאל טאן) ווי ער האט זיך פארגענומען אין הארצן, נישט מיט באדויערן אדער אויס צוואנג; ווארום א פריילעכן געבער האט ה׳ ליב!
טוט אלץ אָן מורמלען און וויכוחים,
דער משגיח דארף דעריבער זיין אָן א פעלער, א מאן פון איין פרוי, ניכטער, באשיידן, אן ענוו, א מכניס אורח, מסוגל לערער;
נאר א מכניס אורח, וואס האט ליב גוטס, מיט שליטה איבער זיך, א צדיק, א קדוש,
אָן דיין וויסן אבער האב איך גארנישט געוואלט טאן; כדי דיין טובה זאל נישט זיין געצוואונגען, נאר פון גוטן ווילן.
און פארגעסט נישט צו טאן גוטס און אויסצוטיילן (צו ארעמעלייט); ווארום אזעלכע קרבנות זענען וואוילגעפעליק צו ה׳.
פארגעסט נישט די גאסט פריינדלעכקייט; ווארום דאדורך האבן אייניקע מכניס אורח געווען מלאכים נישט וויסנדיקערהייט.
זיפצט נישט, ברידער, איינער קעגן דעם אנדערן; כדי איר זאלט נישט געמשפט ווערן; אָט שטייט (שוין) דער שופט פאר די טירן.