Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א פעטרוס בריוו 3:8 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

8 און צום סוף, האט אלע איין מחשבה, האט מיטלייד, זייט ברידערלעך, בארמהערציק, האלט זיך נידעריק;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א פעטרוס בריוו 3:8
32 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

האסטו דען נישט אויך געדארפט רחמנות האבן אויף דיין מיטקנעכט, ווי איך האב אויף דיר רחמנות געהאט?


א געוויסער שומרוני אבער, אונטערוועגנס, איז אהינגעקומען צו אים, און ווי ער האט אים דערזען, האט ער זיך דערבארעמט


און ווען עס איז געקומען דער טאג פון שבועות, זענען אלע געווען פארזאמלט אויף איין ארט.


און דעם אנדערן טאג זענען מיר אנגעקומען קיין צידון; און יוליוס האט זיך באצויגן מענטשלעך צו פוילוסן, און אים דערלויבט צו גיין צו זיינע פריינד, כדי צו קומען צו זיך.


און נאענט פון יענעם ארט איז געווען ערד (אייגנטימער), לאנד וואס האט געהערט צום ראש פון דער אינדזל, מיטן נאמען פובליוס; וועלכער האט אונדז אויפגענומען און דריי טעג פריינדלעך באקעסטיקט,


און ביי דעם רוב מאמינים איז געווען איין הארץ און איין גייסט, און קיינער האט נישט געזאגט, אז עפעס פון זיין באזיץ איז זיין אייגנס; נאר אלץ איז ביי זיי געווען געמיינשאפטלעך.


האט ליב איינער דעם אנדערן מיט ברידערלעכער ליבע; אינם צוטיילן כבוד, זאל יעדער איינער פריער אין זינען האבן דעם אנדערן;


און דער ג‑ט פון סבלנות און פון נחמה זאל אייך געבן, אז איר זאלט האבן צווישן זיך איין מחשבה לויט דעם משיח יהושע/ישוע;


איך בעט אייך אבער, ברידער, דורך דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, אז איר זאלט אלע רעדן (איינס און) דאס זעלביקע, און אז עס זאלן נישט זיין צווישן אייך קיין מחלוקת; נאר אז איר זאלט זיין באפעסטיקט אין דעם זעלביקן זין און אין דער זעלביקער מחשבה.


און אויב איין אבר ליידט, ליידן אלע אברים מיט; און אויב איין אבר באקומט כבוד, פרייען זיך אלע אברים מיט.


מיט יעדער הכנעה און עניוותדיקייט, מיט סבלנות, דערטראגנדיק איינער דעם אנדערן אין ליבע,


יעדע ביטערקייט, און כעס און צארן און געשריי און לעסטערונג זאלט איר אפטאן פון אייך, צוזאמען מיט יעדער רשעות;


ווערט אבער גוט איינער צום אנדערן, בארמהערציק, זייט זיך מוחל איינער דעם אנדערן, ווי אויך ה׳ אינם משיח האט אייך מוחל געווען.


גארנישט טוענדיק דורך צאנקעריי אדער פוסטער גאווה, נאר עניוותדיקערהייט האלטנדיק איינער דעם אנדערן ווי גרעסער פון זיך אליין;


דאך, לאמיר לעבן לויט דעם, וואס מיר האבן שוין דערגרייכט.


קליידט זיך אָן דעריבער, ווי אויסדערוויילטע פון ה׳, הייליקע און געליבטע, מיט א הארץ פון רחמנות, גוטסקייט, מיט א נידעריק געמיט, ענווה, סבלנות;


ווארום דאס משפט איז אומרחמנותדיק אויף דעם, וועלכער האט נישט ארויסגעוויזן קיין רחמנות; בארעמהארציקייט טריאומפירט איבער דעם משפט.


די חכמה אבער, וואס איז פון אויבן, איז קודם כל לויטער, דאן פרידלעך, באשיידן, נאכגעביק, פול מיט רחמים און גוטע פירות, אומפארטייאיש, נישט צבועקיש.


זע, מיר האלטן פאר געבענטשט די, וועלכע האבן אויסגעהאלטן סבלנותדיק; איר האט (דאך) געהערט פון איובס סבלנות, און געזען דעם סוף פון דעם האר, אז דער האר (ג‑ט) איז א רחום וחנון (איוב מב, י-יב.)


און האבנדיק געלייטערט אייערע נפשות אין דער געהארכזאמקייט פון דעם אמת צו אן אויפריכטיקער ברידערלעכער ליבע, זאלט איר ערנסט ליב האבן איינער דעם אנדערן פונם הארצן ארויס;


גיט אלעמען אפ כבוד. האט ליב די ברודערשאפט. האט מורא פאר ה׳. גיט אפ כבוד דעם קעניג.


פונקט אזוי, איר יונגערע, אונטערטעניקט זיך צו די זקנים, און אלע זאלט איר זיך אנקליידן מיט עניוותדיקייט איינער לגבי דעם אנדערן; ווייל ה׳ שטעלט זיך אנטקעגן די שטאלצע, די נידריקע אבער גיט ער חן. (משלי ג, לד.)


און צו יראת שמים די ברידערלעכקייט; און צו דער ברידערלעכקייט די ליבע.


מיר ווייסן אז מיר זענען אריבערגעגאנגען פון טויט צום לעבן, ווייל מיר האבן ליב די ברידער. ווער עס האט נישט ליב, דער פארבלייבט אין דעם טויט.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ