17 ווארום עס איז בעסער, אויב דאס איז ה׳ס רצון, צו ליידן פאר טאן גוטס, ווי פאר טאן שלעכטס.
און איז געגאנגען אביסל פארויס, און איז אנידערגעפאלן אויף זיין פנים, האט תפילה געטאן און געזאגט: מיין פאטער אויב עס איז מעגלעך, זאל אוועקגיין פון מיר דער דאזיקער בעכער; דאך נישט ווי איך וויל, נאר ווי דו!
ווידער איז ער צום צווייטן מאל אוועקגעגאנגען, און האט תפילה געטאן, אזוי צו זאגן: מיין פאטער, אויב דאס דאזיקע קען נישט פארבייגיין, אחוץ איך זאל עס טרינקען, זאל דיין רצון געשען!
נאר האט זיך געזעגנט און געזאגט: איך וועל ווידער קומען צו אייך, אם ירצה ה׳, און האט זיך אוועקגעשיפט פון עפעזוס.
און אזויווי ער האט זיך נישט געלאזט איבעררעדן, האבן מיר שטיל געשוויגן, אזוי צו זאגן: זאל געשען דעם הארס רצון!
מיט דעם זאלט איר זיך פרייען, איר, וואס זענט איצט אויף א קליינער וויילע טרויעריק, ווען עס מוז זיין, אין פארשיידענערליי נסיונות,
ווייל אזוי איז עס ה׳ס רצון, אז מיט אייער טאן גוטס זאלט איר ברענגען צום שווייגן דאס אומוויסן פון נארישע מענטשן;
ווארום וואס פאר א כבוד איז עס, אויב איר פארזינדיקט זיך און מען גיט אייך שלעק, און איר זענט געדולדיק? נאר אויב טוענדיק גוטס ליידט איר און זענט געדולדיק, (אָט) דאס איז א חסד ביי ה׳.
נאר אויב אפילו איר זאלט ליידן צוליב גערעכטיקייט, איז וואויל אייך; און פאר זייער מורא זאלט איר זיך נישט פארכטן, נישט זאלט איר זיך דערשרעקן;
נאר זאל קיינער פון אייך נישט ליידן ווי א רוצח, אדער גנב, אדער רשע, אדער ווי איינער, וואס מישט זיך אריין אין יענעמס געשעפטן;
דערפאר זאלן אויך די, וועלכע ליידן לויט ה׳ס ווילן, פארטרויען זייערע נשמות צום געטרייען באשעפער, טוענדיק גוטס.