10 ווארום: ווער עס וויל ליב האבן דאס לעבן און זען גוטע טעג, זאל ער אפהאלטן זיין צונג פון בייז, און זיינע לעפצן פון רעדן פאלשקייט;
און ער האט צו אים געזאגט: וואס פרעגסטו מיך וועגן דעם גוטן? נאר איינער איז דער גוטער! אויב אבער דו ווילסט אריינגיין אין דעם לעבן, האלט די מצוות!
ווארום ווער עס וויל ראטעווען זיין נפש, וועט עס פארלירן; ווער אבער עס וועט פארלירן זיין לעבן צוליב מיר און דער גוטער בשורה, דער וועט עס אפראטעווען.
יהושע/ישוע האט געזען נתנאלן קומען צו אים, און זאגט וועגן אים: אָט איז אן אמתער ישראל, אין וועמען עס איז נישט פאראן קיין כיטרעקייט.
דער, וואס האט ליב זיין נפש, פארלירט עס; און דער, וואס האט פיינט זיין נפש אין דער דאזיקער וועלט, וועט עס אפהיטן צום אייביקן לעבן.
אויב עמיצער מיינט, אז ער איז פרום, און האלט נישט זיין צונג אין דער צוים, נאר באטריגט זיין הארץ, איז דעם דאזיקנס פרומקייט פוסט.
דעריבער, טוט אפ פון זיך יעדע רשעות און יעדע פאלשקייט און צביעות און קנאה און יעדע לשון הרע,
וועלכער האט קיין חטא נישט געטאן, נישט איז געפונען געווארן א פאלשקייט אין זיין מויל;
און אין זייער מויל איז נישט געפונען געווארן קיין שקר; ווארום זיי זענען אָן א מום.