8 און: און אן אבן נגף און צור מיכשול. (ישעיהו ח, יד.) זיי שטרויכלען, ווייל זיי גלויבן נישט אין דעם ווארט, צו וועלכן זיי זענען אויך באשטימט געווארן.
און שמעון האט זיי געבענטשט און געזאגט צו מרים, זיין מוטער: זע, ער איז באשטימט צום פאלן און אויפשטיין פון א סך אין ישראל, און אלס א צייכן, וואס וועט ווידערגעשפראכן ווערן; (ישעיהו ח, יד-טו.)
און אויב ה׳, ווילנדיק ווייזן זיין צארן און באקאנט מאכן זיין קראפט, האט מיט פיל געדולד דערטראגן געפעסן פון צארן, וואס זענען צוגעגרייט געווארן צום פארדארבן;
רופן מיר אויס א משיח אויפגעהאנגען אויף דער בוים, פאר יידן טאקע א מיכשול, און פאר גריכן א נארישקייט;
צו די טאקע א ריח מות צום טויט; און צו די א ריח חיים צום לעבן. און ווער איז ראוי צו דעם דאזיקן?
איך אבער, ברידער, אויב איך דרשן נאך די מילה (מצוות זכות), פארוואס ווער איך נאך אלץ גערודפט? דאן האט דאך דאס מיכשול פון דעם בוים אויפגעהערט!
ווייל ה׳ האט אונדז נישט באשטימט צו גרימצארן, נאר צום דערווערבן רעטונג דורך דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח,
דערפאר שטייט אין פסוק: זע, איך לייג אין ציון א פונדאמענט שטיין, אן אויסדערוויילטן, א קאסטבארן, און ווער עס גלויבט אין אים וועט נישט ווערן צו שאנדן. (ישעיהו כח, טז.)
פאר אייך דעריבער, וואס גלויבן, איז ער טייער; פאר די אומגלויביקע אבער: דער שטיין, וועלכן די בוימייסטער האבן פארווארפן, דער דאזיקער איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל; (תהלים קיח, כב.)
און אויס געלטגיריקייט וועלן זיי אייך פארקויפן מיט באטריגערישע רייד; דאס משפט אויף זיי פון לאנג אָן זוימט זיך נישט און די פארדארבונג זייערע דרימלט נישט.
ווארום עס האבן זיך אריינגעגנבעט אייניקע לייט, וועלכע זענען שוין פון לאנג אנגעשריבן געווארן צום דאזיקן משפט, רשעים, וואס פארקערן דעם חסד פון אונדזער ג‑ט צו צעלאזנקייט, און פארלייקענען דעם איינציקן מושל און אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.