Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א פעטרוס בריוו 2:6 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

6 דערפאר שטייט אין פסוק: זע, איך לייג אין ציון א פונדאמענט שטיין, אן אויסדערוויילטן, א קאסטבארן, און ווער עס גלויבט אין אים וועט נישט ווערן צו שאנדן. (ישעיהו כח, טז.)

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א פעטרוס בריוו 2:6
27 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

זע, מיין קנעכט, וועמען איך האב אויסדערוויילט; מיין געליבטער, אין וועמען מיין נפש האט א וואוילגעפעלן; איך וועל געבן מיין גייסט אויף אים, און ער וועט דערקלערן משפט צו די פעלקער.


צי האט איר דען נישט געלייענט דעם דאזיקן פסוק: דער שטיין, וועלכן די בוימייסטערס האבן פארווארפן, דער איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל;


ער אבער האט אויף זיי געקוקט, און געזאגט; וואס דען איז דאס דאזיקע, וואס שטייט געשריבן; א שטיין, וועלכן די בוימייסטערס האבן פארווארפן, דער דאזיקער איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל? (תהלים קיח, כב.)


און דאס פאלק איז געשטאנען און האט עס צוגעזען. און אויך די שרים האבן אפגעשפאט פון אים, אזוי צו זאגן: אנדערע האט ער געהאלפן; זאל ער זיך אליין העלפן, אויב ער איז דער משיח, דער אויסדערוויילטער פון ה׳!


דער, וואס גלויבט אין מיר, לויט ווי די שריפט (כתבי הקודש) זאגט, וועלן פון זיין לייב פליסן טייכן פון לעבעדיק וואסער.


ברידער, עס האט געמוזט דערפילט ווערן דער פסוק, וואס דער רוח הקודש האט פארויסגעזאגט דורך דודס מויל וועגן יהודהן, וועלכער איז געווארן א וועגווייזער פאר די, וואס האבן געפאנגען גענומען יהושען/ישוען.


ווארום דער פסוק זאגט: יעדער, וואס גלויבט אין אים, וועט נישט ווערן צו שאנד. (ישעיהו כח, טז.)


לויט ווי ער האט אונדז אויסדערוויילט אין אים איידער נאך די וועלט איז באשאפן געווארן, אז מיר זאלן זיין הייליק און אָן א פעלער פאר אים אין ליבע;


אויפגעבויט אויף דעם יסוד פון שליחים און נביאים, בשעת משיח יהושע/ישוע אליין איז דער ווינקלשטיין;


אלע כתבי (הקודש) זענען אינספירירט פון ה׳ס גייסט, און זענען נוצלעך צו לערנונג, צו מוסר, ארויפצופירן אויפן דרך הישר, צו דערציאונג אין צדקות;


צו וועמען איר קומט, צו דעם לעבעדיקן שטיין, וואס פון מענטשן טאקע איז ער פארשטויסן, ביי ה׳ אבער אויסדערוויילט, קאסטבאר,


און: און אן אבן נגף און צור מיכשול. (ישעיהו ח, יד.) זיי שטרויכלען, ווייל זיי גלויבן נישט אין דעם ווארט, צו וועלכן זיי זענען אויך באשטימט געווארן.


וויסנדיק דאס דאזיקע קודם כל, אז קיין נבואה פון די כתבי (הקודש) קען נישט האבן קיין פריוואטן פירוש.


ווי אויך אין אלע בריוו, ווען ער רעדט אין זיי דערפון; אין וועלכע עס זענען פאראן אייניקע שווערפארשטענדלעכע זאכן, וואס די אומגעלערנטע און נישט שטאנדהאפטיקע פארדרייען, ווי אויך די איבריקע כתבי (הקודש), צו זייער אייגענער פארדארבונג.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ