25 ווארום איר זענט געווען ווי פארבלאנדזשעטע שאף, נאר איצט האט איר זיך אומגעקערט צום פאסטוך און משגיח פון אייערע נשמות. (ישעיהו נג, ה-ט.)
וואס מיינט איר? ווען א געוויסער מאן האט הונדערט שאף, און איינע פון זיי וועט פארבלאנדזשען, צי וועט ער דען נישט איבערלאזן די ניין און ניינציק אויף די בערג, און גיין זוכן די פארבלאנדזשעטע?
און ווען ער האט געזען די מאסן מענטשן, האט ער אויף זיי גרויס רחמנות געהאט, ווייל זיי זענען געווען פארשמאכט און פארווארלאזט, ווי שאף, וואס האבן נישט קיין פאסטוך.
היט זשע זיך און די גאנצע סטאדע, אויף וועלכער דער רוח הקודש האט אייך באשטימט פאר משגיחים, כדי צו פאשען ה׳ס קהלה, וועלכע ער האט געקויפט מיט זיין אייגן בלוט.
און דער ג‑ט פון שלום, וואס האט צוריקגעברענגט פון די טויטע דעם גרויסן פאסטוך פון די שאף יהושען/ישוען אונדזער האר, דורך דעם בלוט פון דעם אייביקן בונד,
דעריבער, הייליקע ברידער, חברים אינם הימלישן רוף, טראכט איבער דעם שליח און כהן גדול פון אונדזער אמונה, יהושען/ישוען,
קען מיטפילן מיט די אומוויסנדע און בלאנדזשענדיקע, ווייל אויך ער איז ארומגערינגלט מיט שוואכקייט;
וואס זענען אמאל געווען ווידערשפעניק, ווען ה׳ס סבלנות האט געווארט אין די טעג פון נוחן, בעת עס איז צוגעגרייט געווארן די תיבה, אין וועלכער ווייניקע, דאס הייסט אכט נפשות, זענען געראטעוועט געווארן דורך דעם וואסער;
און ווען דער הויפט פאסטוך וועט דערשיינען, וועט איר באקומען די קרוין פון כבוד, וואס פארוועלקט נישט.