18 איר קנעכט, זייט אונטערטעניק צו אייערע הארן מיט יעדער פארכטיקייט; נישט בלויז צו די גוטע און באשיידענע אליין, נאר אויך צו די שלעכטע.
און איך אליין, פוילוס, בעט אייך דורך דער עניוותדיקייט און באשיידנקייט פון דעם משיח, איך, וואס פנים אל פנים בין א שפל רוח צווישן אייך, פונדערווייטנס אבער מוטיק לגבי אייך:
די פירות אבער פון דעם גייסט זענען ליבע, שמחה, שלום, סבלנות, פריינדלעכקייט, גוטסקייט, אמונה,
נישט צו רעדן קיין שלעכטס אויף קיינעמען, נישט צו זיין קריגעריש, נאר באשיידן, ארויסווייזנדיק יעדע עניוותדיקייט צו אלע מענטשן.
די חכמה אבער, וואס איז פון אויבן, איז קודם כל לויטער, דאן פרידלעך, באשיידן, נאכגעביק, פול מיט רחמים און גוטע פירות, אומפארטייאיש, נישט צבועקיש.