Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א פעטרוס בריוו 2:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 פירט א גוטן לעבן צווישן די אומות (העולם), כדי אין דעם, אין וועלכן זיי רעדן אפ פון אייך ווי פון רשעים, דאך, זעענדיק אייערע מעשים טובים, זאלן זיי אפגעבן כבוד צו ה׳ אינם טאג פון רעכנשאפט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א פעטרוס בריוו 2:12
46 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

עס איז גענוג פאר דעם תלמיד, אז ער זאל זיין ווי זיין רבי, און דער קנעכט ווי זיין האר. אויב דעם בעל הבית האט מען גערופן בעל‑זבול, וויפל מער זיינע בני בית!


וואויל איז אייך, ווען מען טוט אייך אָן בזיונות, און מען פארפאלגט אייך, און מען רעדט אויס פאלש אלדאס בייז אויף אייך, צוליב מיר.


אָט אזוי זאל אייער ליכט שיינען פאר מענטשן, כדי זיי זאלן זען אייערע מעשים טובים, און אפגעבן א לויב צו אייער פאטער, וואס איז אין הימל.


און ווען די המונים מענטשן האבן דאס געזען, האבן זיי זיך געפארכטן, און האבן אפגעגעבן כבוד צו ה׳, וואס האט געגעבן אזא רשות צו מענטשן.


געלויבט זאל זיין דער האר, דער ג‑ט פון ישראל. ווייל ער האט השגחה געהאט און געשאפן א ישועה פאר זיין פאלק,


און וועלן דיך מאכן מיט דער ערד צוגלייך, און דיינע קינדער אין דיר; און וועלן נישט איבערלאזן א שטיין אויף א שטיין אין דיר, דערפאר וואס דו האסט נישט דערקענט די צייט פון דיין באזוכט ווערן!


וואויל איז אייך, ווען די מענטשן וועלן אייך האסן, און ווען זיי וועלן אייך ארויסשטויסן און באליידיקן און ארויסווארפן אייער נאמען ווי עפעס בייז, צוליב דעם בר אנש.


און ווען ער איז ארויסגעגאנגען, האט יהושע/ישוע געזאגט: איצט איז דער בר אנש פארהערלעכט, און ה׳ איז פארהערלעכט אין אים;


ברידער, הערט זיך צו צו מיר; שמעון האט (אונדז) דערציילט, וויאזוי ה׳ האט צום ערשט געבליקט, צו נעמען פון צווישן די אומות (העולם) א פאלק צו זיין נאמען.


און זיי קענען דיר אפילו נישט באווייזן דאס, וועגן וועלכן זיי באשולדיקן מיך איצט.


און ווען ער איז געקומען, האבן זיך די יידן, וועלכע זענען אראפגעקומען פון ירושלים, געשטעלט ארום אים, ברענגענדיק א סך און שווערע באשולדיקונגען, וואס זיי האבן נישט געקענט באווייזן;


מיר ווילן אבער הערן פון דיר, וואס דו דענקסט; ווארום וואס שייך דער דאזיקער כיתה, איז אונדז באקאנט, אז אומעטום רעדט מען קעגן איר.


צאלט נישט אפ קיינעמען מיט שלעכטס פאר שלעכטס. טראכט איבער די זאכן, וואס זענען גוט פאר אלע מענטשן.


לאמיר גיין באשיידן, ווי בייטאג, נישט פרעסנדיק און זויפנדיק, נישט אין זנות און צעלאזנקייט, נישט אין מחלוקת און אין קנאה.


ווארום דער, וואס דינט דעם משיח אינם דאזיקן, איז וואוילגעפעלן צו ה׳ און איז באוויליקט ביי מענטשן.


און כדי די אומות העולם זאלן אפגעבן כבוד צו ה׳ פאר זיינע רחמים, ווי עס שטייט געשריבן: דערפאר וועל איך דיך לויבן צווישן די פעלקער, און צו דיין נאמען זינגען. (תהלים יח, נ.)


די פארבארגענע זאכן פון זיין הארצן ווערן אנטפלעקט; און אזוי ארום, פאלנדיק אויפן פנים, וועט ער זיך בוקן צו ה׳, מודה זייענדיק, אז ה׳ איז באמת צווישן אייך.


ווארום אָט דאס דאזיקע איז אונדזער בארימונג, דאס עדות זאגן פון אונדזער געוויסן, אז אין קדושה און אין אויפריכטיקייט פאר ה׳, נישט אין פליישלעכער חכמה נאר אין ה׳ס חסד, האבן מיר געלעבט אין דער וועלט, און דער עיקר ביי אייך.


מיר זענען מתפלל צו ה׳, אז איר זאלט נישט טאן קיין שום שלעכטס; נישט כדי מיר זאלן זיך ארויסווייזן אלס באוויליקטע, נאר כדי איר זאלט טאן דאס גוטע, און מיר זאלן זיין ווי פארווארפענע.


ווארום מיר באמיען דיך (צו טאן) גוטס נישט בלויז פאר דעם האר, נאר אויך פאר מענטשן.


צווישן וועלכע מיר האבן אויך אמאל געלעבט אין די תאוות פון אונדזער פלייש, טוענדיק דעם ווילן פון דעם פלייש און פון דעם פארשטאנד, און לויט דער נאטור זענען מיר געווען קינדער פון צארן פונקט אזוי ווי אפילו די אנדערע—


אז וואס שייך דעם פריערדיקן לעבנס־שטייגער זאלט איר אפטאן דעם אלטן מענטשן, וועלכער גייט צו גרונט פון די פארפירערישע תאוות,


נאר פירט זיך אויף ווי עס שטייט אָן דער בשורה טובה פונם משיח, כדי צי איך קום און זע אייך, אדער קום נישט און הער וועגן אייך, אז איר שטייט אין איין גייסט, און ראנגלען צוזאמען מיט איין נפש פאר דער אמונה פון דער בשורה טובה,


צום סוף, ברידער, אלץ וואס איז נאר אמת, בכבודיק, גערעכט, לויטער, ליבלעך, האט א גוטן שם; אויב א גוטע מידה און אויב עפעס צום לויבן, זאלט איר דערפון נאכטראכטן.


כדי איר זאלט פירן אנשטענדיק קעגן די, וואס זענען אין דרויסן, און נישט דארפן אנקומען צו קיינעם.


פאר מלכים און אלע מושלים, כדי מיר זאלן פירן א שטיל און רואיק לעבן אין פולער ג‑טספארכטיקייט און ערווירדיקייט.


זאל קיינער נישט מבזה זיין דיין יוגנט, נאר זיי א ביישפיל פאר די מאמינים, אין ווארט, אין אויפפירונג, אין ליבע, אין גלויבן, אין לויטערקייט.


וועגן וועלכער מען זאגט עדות אויף אירע מעשים טובים, צי זי האט דערצויגן קינדער, אויפגענומען אורחים, געוואשן די פיס פון די קדושים, געהאלפן די ליידנדיקע, נאכגעפאלגט כלערליי מעשים טובים.


זייט מתפלל פאר אונדזערטוועגן; ווארום מיר זענען זיכער, אז מיר האבן א גוט געוויסן, און עס איז אונדזער פארלאנג אין אלעם צו פירן אן ערלעך לעבן.


אייער ליבע זייט—אָן געלטגייציקייט; זייט צופרידן מיט דעם, וואס איר האט; ווארום ער אליין האט געזאגט: איך וועל דיך אויף קיין פאל נישט פארווארפן, איך וועל אויך אויף קיין פאל דיך נישט פארלאזן. (דברים לא, ו.)


ווער איז א חכם און א פארשטאנדיקער צווישן אייך? זאל ער ארויסווייזן זיינע מעשים דורך זיין גוטער פירונג מיט עניוותדיקייט פון חכמה.


ווייל אזוי איז עס ה׳ס רצון, אז מיט אייער טאן גוטס זאלט איר ברענגען צום שווייגן דאס אומוויסן פון נארישע מענטשן;


האט א גוט געוויסן, כדי אין וואס מען רעדט אפ פון אייך, זאלן צושאנד ווערן די, וואס באליידיקן אייער גוטן פירונג פון לעבן אינם משיח.


אויב עמיצער רעדט, (זאל ער רעדן) ווי ה׳ס רייד; אויב איינער באדינט, (זאל ער עס טאן) ווי אויס דער קראפט, וועלכע ה׳ גיט; כדי אין אלעם זאל ה׳ פארהערלעכט ווערן דורך יהושע/ישוע המשיחן, וועמען עס געהערט כבוד און מאכט לעלמי עולמים. אמן.


אזויווי אלע די דאזיקע זאכן וועלן צעגיין אויף אזא אופן, היינט וואס פאר א (מענטשן) דארפט איר שוין זיין אין א הייליקן לעבן און אין יראת שמים,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ