9 באקומענדיק דעם ציל פון אייער אמונה, די ישועה פאר אייערע נשמות.
אבער איצט, זייענדיק באפרייט פון דער זינד און זענט געווארן קנעכט צו ה׳, האט איר אייער פרוכט צו קדושה און צום סוף דאס אייביקע לעבן.
זיי אלע זענען געשטארבן אין גלויבן און האבן נישט באקומען די הבטחות, נאר בלויז זיי געזען פונדערווייטנס, און זיך געפריידט מיט זיי, און האבן מודה געווען, אז זיי (אליין) זענען פרעמדע און וואנדערער אויף דער ערד.
דעריבער, טוט אפ (פון זיך) יעדע אומריינקייט און איבערפלוס פון שלעכטסקייט, נעמט אָן מיט ענווה דאס איינגעפלאנצטע ווארט, וואס איז בכוח צו ראטעווען אייערע נשמות.
וואס זענען אמאל געווען ווידערשפעניק, ווען ה׳ס סבלנות האט געווארט אין די טעג פון נוחן, בעת עס איז צוגעגרייט געווארן די תיבה, אין וועלכער ווייניקע, דאס הייסט אכט נפשות, זענען געראטעוועט געווארן דורך דעם וואסער;