Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א פעטרוס בריוו 1:15 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

15 נאר ווי דער, וועלכער האט אייך גערופן, איז הייליק, אזוי זאלט איר אליין אויך ווערן הייליק אין אלע אייערע דרכים;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א פעטרוס בריוו 1:15
32 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דעריבער זאלט איר זיין פולקום, ווי אייער הימלישער פאטער איז פולקום.


וועלכע ער האט אויך גערופן, (נעמלעך) אונדז, נישט נאר פון יידן נאר אפילו פון נישט יידן?


דעריבער, האבנדיק די דאזיקע הבטחות, געליבטע, לאמיר זיך רייניקן פון יעדער באפלעקונג פון דעם פלייש און פון דעם גייסט, משלים צו זיין קדושה אין דער מורא פון ה׳.


נאר פירט זיך אויף ווי עס שטייט אָן דער בשורה טובה פונם משיח, כדי צי איך קום און זע אייך, אדער קום נישט און הער וועגן אייך, אז איר שטייט אין איין גייסט, און ראנגלען צוזאמען מיט איין נפש פאר דער אמונה פון דער בשורה טובה,


איך יאג מיך צום ציל נאך דעם שכר פון ה׳ס הויכער בארופונג אינם משיח יהושע/ישוע.


ווארום אונדזער בירגער רעכט איז אין הימל, פונוואנען מיר דערווארטן אויך דעם גואל, דעם האר יהושע/ישוע המשיח,


האבן מיר מזהיר געווען און דערמוטיקט, און אייך באשוואוירן צו לעבן ווי עס איז ראוי פאר ה׳, וועלכער רופט אייך צו זיין קעניגרייך און כבוד.


זאל קיינער נישט מבזה זיין דיין יוגנט, נאר זיי א ביישפיל פאר די מאמינים, אין ווארט, אין אויפפירונג, אין ליבע, אין גלויבן, אין לויטערקייט.


וועלכער האט אונדז געראטעוועט און גערופן מיט א הייליקן רוף, נישט לויט אונדזערע מעשים, נאר לויט זיין אייגענער עצה און חסד, וואס איז אונדז געשענקט געווארן אינם משיח יהושע/ישוע פאר אייביקע צייטן,


און זאלן אויך אונדזערע (לייט) לערנען עוסק צו זיין אין מעשים טובים, אויף וואס מען דארף נייטיק האבן, כדי זיי זאלן נישט זיין אומפרוכטבאר. עס געבן דיר אפ שלום אלע, וואס זענען מיט מיר.


עס איז א באגלויבט ווארט, און איך וויל, אז וועגן די דאזיקע זאכן זאלסטו רעדן מיט זיכערקייט, כדי די, וועלכע האבן געגלויבט אין ה׳, זאלן האבן אין זינען, עוסק צו זיין אין מעשים טובים—דאס איז שיין און גוט פאר מענטשן;


יאגט נאך שלום מיט אלעמען און די הייליקונג, אָן וועלכער קיינער וועט נישט זען דעם האר;


אייער ליבע זייט—אָן געלטגייציקייט; זייט צופרידן מיט דעם, וואס איר האט; ווארום ער אליין האט געזאגט: איך וועל דיך אויף קיין פאל נישט פארווארפן, איך וועל אויך אויף קיין פאל דיך נישט פארלאזן. (דברים לא, ו.)


ווער איז א חכם און א פארשטאנדיקער צווישן אייך? זאל ער ארויסווייזן זיינע מעשים דורך זיין גוטער פירונג מיט עניוותדיקייט פון חכמה.


פירט א גוטן לעבן צווישן די אומות (העולם), כדי אין דעם, אין וועלכן זיי רעדן אפ פון אייך ווי פון רשעים, דאך, זעענדיק אייערע מעשים טובים, זאלן זיי אפגעבן כבוד צו ה׳ אינם טאג פון רעכנשאפט.


איר אבער זענט אן אויסדערוויילט פאלק, א מלכות פון כהנים, א הייליקע אומה, אן עם סגולה, כדי איר זאלט אויסדערציילן די מידות פון אים, וועלכער האט אייך גערופן פונם חושך ארויס אין זיין וואונדערלעך ליכט אריין; (שמות יט, ה-ו.)


האט א גוט געוויסן, כדי אין וואס מען רעדט אפ פון אייך, זאלן צושאנד ווערן די, וואס באליידיקן אייער גוטן פירונג פון לעבן אינם משיח.


און דער ג‑ט פון יעדן חסד, וועלכער האט אייך גערופן צו זיין אייביקן כבוד אינם משיח, נאך דעם ווי איר האט געליטן אביסל, ער אליין וועט אייך מאכן שלמותדיק, שטארקן, קרעפטיקן, גרונטפעסטיקן.


און יעדער איינער, וועלכער האט די דאזיקע האפענונג אויף אים, רייניקט זיך אזוי, ווי ער איז ריין.


און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין פילאדעלפיא שרייב: דאס זאגט דער הייליקער, דער ווארהאפטיקער, דער, וועלכער האט דעם שליסל פון דוד, דער, וועלכער עפנט אויף, און קיינער שליסט נישט צו; און וועלכער פארשליסט און קיינער עפענט נישט (ישעיהו כב, כב.);


און די פיר חיות האבן, יעדע איינע פון זיי, צו זעקס פליגל, ארום און ארום און פון אינעווייניק פול מיט אויגן; און זיי האבן נישט קיין רו בייטאג און ביינאכט, זאגנדיק: הייליק, הייליק, הייליק, איז דער האר ג‑ט, דער אלמעכטיקער, וועלכער איז געווען און וועלכער איז און וועלכער קומט! (ישעיהו ו, א-ג.)


און זיי האבן געשריגן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן: ביז ווען, אָ האר, הייליקער און ווארהאפטיקער, וועסטו נישט משפטן און זיך נישט נוקם זיין פאר אונדזער בלוט פון די איינוואוינער אויף דער ערד?


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ