8 דער גייסט, און דאס וואסער, און דאס בלוט; און די דריי זענען אייניק.
גייט דעריבער און מאכט אלע פעלקער פאר תלמידים, און זיי מיט דער מקווה געגאנגען אונטער די וואסער אין דעם נאמען פון דעם פאטער און דעם זון און דעם רוח הקודש,
ווארום א סך האבן פאלש עדות געזאגט קעגן אים, און זייערע עדות האבן נישט איבעראיינגעשטימט.
ווען אבער דער פרקליט וועט קומען, וועמען איך וועל שיקן צו אייך פון מיין פאטער, דעם גייסט פון אמת, וואס קומט ארויס פון דעם פאטער, וועט ער עדות זאגן וועגן מיר;
נאר איינער פון די זעלנער האט אים דורכגעשטאכן די זייט מיט א שפיז; און גלייך איז ארויסגעקומען בלוט און וואסער.
און צו דעם דאזיקן שטימען איין די ווערטער פון די נביאים, ווי עס שטייט געשריבן:
אָט דער זעלביקער גייסט זאגט עדות צוזאמען מיט אונדזער גייסט, אז מיר זענען ה׳ס קינדער.
וועלכער האט אונדז אויך געחתמעט און געגעבן אין אונדזערע הערצער דעם ערבון פון דעם גייסט.
דערפאר האט אויך יהושע/ישוע געליטן מחוץ לשער, כדי צו הייליקן דאס פאלק דורך זיין אייגן בלוט.
ווארום עס איז אוממעגלעך פאר די, וואס זענען איינמאל אויפגעקלערט געווארן און האבן טועם געווען פון דער הימלישער מתנה, און זענען געווארן אנטיילנעמער אינם רוח הקודש,
דאס איז אויך א קעגנבילד פון דער מקווה, וואס דערלייזט אייך איצט, נישט דאס אפטאן אומריינקייט פונם לייב, נאר דער פארלאנג אויף א גוט געוויסן לגבי ה׳, דורך דעם אויפשטיין (פון די טויטע) פון יהושע/ישוע המשיחן;
אויב מיר נעמען אָן דאס עדות זאגן פון מענטשן, אזוי איז גרעסער דאס עדות זאגן פון ה׳; ווייל דאס דאזיקע איז דאס עדות זאגן פון ה׳, וואס ער האט עדות געזאגט וועגן זיין זון.