2 דורך דעם דאזיקן דערקענען מיר, אז מיר האבן ליב ה׳ס קינדער, ווען מיר האבן ליב ה׳ און טאן זיינע געבאטן.
דאס באפעל איך אייך, כדי איר זאלט ליב האבן איינער דעם אנדערן.
און דורך דעם ווייסן מיר, אז מיר קענען אים: ווען מיר היטן אפ זיינע געבאטן.
ווער אבער עס היט יא אפ זיין ווארט, ווערט ה׳ס ליבע באמת פארפאלקאמט אין אים. דורך דעם ווייסן מיר, אז מיר זענען אין אים:
מיר ווייסן אז מיר זענען אריבערגעגאנגען פון טויט צום לעבן, ווייל מיר האבן ליב די ברידער. ווער עס האט נישט ליב, דער פארבלייבט אין דעם טויט.
און דאס דאזיקע געבאט האבן מיר פון אים; אז ווער עס האט ליב ה׳, דער זאל אויך ליב האבן זיין ברודער.