7 געליבטע, לאמיר ליב האבן איינער דעם אנדערן; ווייל די ליבע איז פון ה׳; און יעדער איינער, וועלכער האט ליב, איז געבוירן געווארן פון ה׳ און קען ה׳.
א נייע מצווה גיב איך אייך, אז איר זאלט ליב האבן איינער דעם אנדערן; ווי איך האב אייך ליב געהאט, אזוי זאלט איר אויך ליב האבן איינער דעם אנדערן.
און דאס איז דאס אייביקע לעבן, אז זיי זאלן דיך קענען, דעם איינציק אמתן ג‑ט, און יהושע/ישוע המשיחן, וועמען דו האסט געשיקט.
ווער אבער עס האט ליב ה׳, דער איז פון אים דערקענט.
ווייל דער ג‑ט, וועלכער האט געזאגט: פון חושך זאל ארויסשיינען ליכט! האט געלויכטן אין אונדזערע הערצער אריין, כדי צו געבן ליכט פון דער דערקענטעניש פון דעם כבוד פון ה׳ אין דעם פנים פון משיח.
איצט אבער, קענענדיק ה׳, יא נאך מער, דערקענט פון ה׳, וויאזוי קערט איר זיך עפעס ווידער אום צו די שוואכע און ארעמע אנהויב יסודות, צו וועלכע איר ווילט ווידער, אויפסניי זיין אין קנעכטשאפט?
די פירות אבער פון דעם גייסט זענען ליבע, שמחה, שלום, סבלנות, פריינדלעכקייט, גוטסקייט, אמונה,
ווארום ה׳ האט אונדז נישט געגעבן קיין גייסט פון פחד, נאר פון גבורה און ליבע און שליטה איבער זיך אליין.
און האבנדיק געלייטערט אייערע נפשות אין דער געהארכזאמקייט פון דעם אמת צו אן אויפריכטיקער ברידערלעכער ליבע, זאלט איר ערנסט ליב האבן איינער דעם אנדערן פונם הארצן ארויס;
ווער עס האט ליב זיין ברודער, דער בלייבט אין דעם ליכט, און קיין מיכשול איז אין אים נישט פאראן.
אויב איר ווייסט, אז ער איז גערעכט, זאלט איר וויסן, אז אפילו יעדער איינער, וואס טוט עוסק זיין אין צדקות איז געבוירן פון אים.
און דורך דעם ווייסן מיר, אז מיר קענען אים: ווען מיר היטן אפ זיינע געבאטן.
ווער עס זאגט: איך קען אים, און היט נישט אפ זיינע געבאטן, דער איז א ליגנער, און דער אמת איז נישט אין אים;
געליבטע, איך שרייב אייך נישט קיין ניי געבאט, נאר אן אלט געבאט, וואס איר האט געהאט פון אנהויב אָן; דאס אלטע געבאט איז דאס ווארט, וואס איר האט געהערט.
יעדער איינער, וועלכער איז געבוירן געווארן פון ה׳, טוט נישט קיין זינד, ווייל זיין זאמען בלייבט אין אים; און ער קען נישט זינדיקן, ווייל ער איז געבוירן געווארן פון ה׳.
געליבטע, אויב ה׳ האט אונדז אזוי ליב, זענען מיר אויך מחייב ליב צו האבן איינער דעם אנדערן.
ה׳ האט קיינער קיינמאל נישט געזען; ווען מיר האבן ליב איינער דעם אנדערן, בלייבט ה׳ צווישן אונדז, און זיין ליבע ווערט פארפאלקאמט אין אונדז;
און מיר האבן דערקענט און גלויבן אין דער ליבע, וואס ה׳ האט צו אונדז. ה׳ איז ליבע; און ווער עס בלייבט אין דער ליבע, דער בלייבט אין ה׳, און ה׳ בלייבט אין אים.
ווען עמיצער זאגט: איך האב ליב ה׳, און האט פיינט זיין ברודער—איז ער א ליגנער; ווארום ווער עס האט נישט ליב זיין ברודער, וועמען ער זעט, דער קען נישט ליב האבן ה׳, וועמען ער זעט נישט.
ווער עס האט נישט ליב, דער האט נישט דערקענט ה׳, ווייל ה׳ איז ליבע.
יעדער איינער, וועלכער גלויבט, אז יהושע/ישוע איז דער משיח, דער איז געבוירן פון ה׳; און יעדער איינער, וועלכער האט ליב דעם, וואס האט געבוירן, האט אויך ליב דעם, וואס איז געבוירן געווארן פון אים.
און איצט בעט איך דיך, הארינטע, נישט ווי איך וואלט דיר געשריבן א ניי געבאט, נאר דאס, וואס מיר האבן געהאט פון אנהויב אָן, אז מיר זאלן ליב האבן איינס דאס אנדערע.