5 זיי זענען פון דער וועלט; צוליב דעם רעדן זיי פון דער וועלט, און די וועלט הערט זיי.
און דער האר האט געלויבט דעם אומגערעכטן פארוואלטער, ווייל ער האט קלוג געטאן; מחמת די קינדער פון דער דאזיקער וועלט זענען קליגער אין זייער דור ווי די קינדער פון דעם ליכט.
איך האב זיי געגעבן דיין ווארט; און די וועלט האט זיי פיינט, ווייל זיי זענען נישט פון דער וועלט, פונקט ווי איך בין נישט פון דער וועלט.
זיי זענען נישט פון דער וועלט, פונקט ווי איך בין נישט פון דער וועלט.
דער, וואס קומט פון אויבן, איז איבער אלעמען: דער, וואס איז פון דער ערד, איז פון דער ערד, און רעדט פון דער ערד; דער, וואס קומט פון הימל, איז איבער אלעמען.
און ער האט צו זיי געזאגט: איר זענט פון אונטן, איך בין פון אויבן; איר זענט פון דער וועלט, איך בין נישט פון דער וועלט.
ווארום עס וועט זיין א צייט, ווען זיי וועלן נישט פארטראגן קיין געזונטע לערנונג; נאר וועלן זיך איינזאמלען לערער לויט זייערע אייגענע גלוסטיקייטן, האבנדיק קיצלדיקע אויערן;
און די גרויסע שלאנג איז אראפגעווארפן געווארן, דער נחש הקדמוני, וואס הייסט טייוול און שׂטן, וועלכער האט פארפירט די גאנצע באוואוינטע וועלט; ער איז אראפגעווארפן געווארן אויף דער ערד, און זיינע מלאכים זענען אראפגעווארפן געווארן מיט אים.