11 געליבטע, אויב ה׳ האט אונדז אזוי ליב, זענען מיר אויך מחייב ליב צו האבן איינער דעם אנדערן.
און ער האט געזאגט: דער, וואס האט געטאן חסד מיט אים! און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: גיי, און טו אויך אזוי!
א נייע מצווה גיב איך אייך, אז איר זאלט ליב האבן איינער דעם אנדערן; ווי איך האב אייך ליב געהאט, אזוי זאלט איר אויך ליב האבן איינער דעם אנדערן.
יעדע ביטערקייט, און כעס און צארן און געשריי און לעסטערונג זאלט איר אפטאן פון אייך, צוזאמען מיט יעדער רשעות;
פארטראגט איינער דעם אנדערן און זייט זיך מוחל, ווען עמיצער האט עפעס פארצוווארפן אן אנדערן; פונקט ווי אויך דער האר האט אייך מוחל געווען, אזוי (זאלט) איר אויך (טאן);
געליבטע, איך שרייב אייך נישט קיין ניי געבאט, נאר אן אלט געבאט, וואס איר האט געהאט פון אנהויב אָן; דאס אלטע געבאט איז דאס ווארט, וואס איר האט געהערט.
ווייל דאס דאזיקע איז די שמועה, וועלכע איר האט געהערט פון אנהויב אָן: אז מיר זאלן ליב האבן איינער דעם אנדערן;
און אָט דאס דאזיקע איז זיין געבאט, אז מיר זאלן גלויבן אין דעם נאמען פון זיין זון יהושע/ישוע המשיח, און ליב האבן איינער דעם אנדערן, ווי ער האט אונדז געגעבן א געבאט.
געליבטע, לאמיר ליב האבן איינער דעם אנדערן; ווייל די ליבע איז פון ה׳; און יעדער איינער, וועלכער האט ליב, איז געבוירן געווארן פון ה׳ און קען ה׳.
און איצט בעט איך דיך, הארינטע, נישט ווי איך וואלט דיר געשריבן א ניי געבאט, נאר דאס, וואס מיר האבן געהאט פון אנהויב אָן, אז מיר זאלן ליב האבן איינס דאס אנדערע.