Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א יוחנן בריוו 3:9 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

9 יעדער איינער, וועלכער איז געבוירן געווארן פון ה׳, טוט נישט קיין זינד, ווייל זיין זאמען בלייבט אין אים; און ער קען נישט זינדיקן, ווייל ער איז געבוירן געווארן פון ה׳.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א יוחנן בריוו 3:9
18 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

א גוטער בוים קען נישט ברענגען קיין שלעכטע פירות, און א פארפוילטער בוים נישט ברענגען קיין גוטע פירות.


וועלכע זענען געבוירן געווארן נישט פון בלוט, נישט פון דעם ווילן פון דעם פלייש, אויך נישט פון דעם ווילן פון א מאן, נאר פון ה׳.


האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: באמת, באמת זאג איך דיר: אויב איינער ווערט נישט ווידער געבוירן, קען ער נישט זען דאס קעניגרייך פון ה׳.


ווארום מיר קענען נישט אנדערש ווי רעדן דאס, וואס מיר האבן געזען און געהערט.


חס ושלום! וויאזוי וועלן מיר, וואס זענען געשטארבן צו דער זינד, נאך לעבן אין איר?


ווארום דאס פלייש גלוסט קעגן דעם גייסט, און דער גייסט קעגן דעם פלייש; די דאזיקע שטעלן זיך אנטקעגן איינס דאס אנדערע, כדי איר זאלט נישט טאן וואס איר ווילט.


אין דער האפענונג אויף אייביק לעבן, וואס ה׳, וועלכער זאגט נישט קיין שקר, האט פארשפראכן פון אייביקע צייטן אָן,


ווי ווידערגעבוירענע, נישט פון א פארדארבלעכן זאמען, נאר פון אן אומפארדארבלעכן, דורך ה׳ס לעבעדיק און בלייבנדיק ווארט.


אויב איר ווייסט, אז ער איז גערעכט, זאלט איר וויסן, אז אפילו יעדער איינער, וואס טוט עוסק זיין אין צדקות איז געבוירן פון אים.


יעדער איינער, וועלכער בלייבט אין אים, זינדיקט נישט; ווער עס זינדיקט, דער האט אים נישט געזען, און אים נישט געקענט.


געליבטע, לאמיר ליב האבן איינער דעם אנדערן; ווייל די ליבע איז פון ה׳; און יעדער איינער, וועלכער האט ליב, איז געבוירן געווארן פון ה׳ און קען ה׳.


יעדער איינער, וועלכער גלויבט, אז יהושע/ישוע איז דער משיח, דער איז געבוירן פון ה׳; און יעדער איינער, וועלכער האט ליב דעם, וואס האט געבוירן, האט אויך ליב דעם, וואס איז געבוירן געווארן פון אים.


מיר ווייסן, אז יעדער איינער, וועלכער איז געבוירן געווארן פון ה׳, זינדיקט נישט; נאר דער, וואס איז געבוירן פון ה׳, היט זיך אפ, און דער נישט גוטער רירט אים נישט אָן.


ווייל אלץ, וואס איז געבוירן געווארן פון ה׳, איז מנצח די וועלט; און דאס דאזיקע איז דער נצחון, וואס האט באזיגט די וועלט: אונדזער אמונה.


געליבטער, טו נישט נאך דאס שלעכטע, נאר דאס גוטע. ווער עס טוט גוטס, דער איז פון ה׳; ווער עס טוט שלעכטס, דער האט נישט געזען ה׳.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ