3 און יעדער איינער, וועלכער האט די דאזיקע האפענונג אויף אים, רייניקט זיך אזוי, ווי ער איז ריין.
דעריבער זאלט איר זיין פולקום, ווי אייער הימלישער פאטער איז פולקום.
זייט בארמהערציק, אזוי ווי אייער פאטער איז בארמהערציק.
און פאר זייערטוועגן הייליק איך מיך, כדי זיי זאלן זיין געהייליקט אין דעם אמת.
און נישט געמאכט קיין חילוק צווישן אונדז און זיי, רייניקנדיק זייערע הערצער דורך דער אמונה.
און ווידער ישעיהו זאגט: עס וועט זיין דער ווארצל פון ישי, און דער, וואס שטייט אויף צו הערשן איבער די אומות (העולם); צו אים וועלן די פעלקער האפן. (ישעיהו יא, א, י.)
דעריבער, האבנדיק די דאזיקע הבטחות, געליבטע, לאמיר זיך רייניקן פון יעדער באפלעקונג פון דעם פלייש און פון דעם גייסט, משלים צו זיין קדושה אין דער מורא פון ה׳.
צוליב דער האפענונג, וועלכע ליגט פאר אייך באהאלטן אין הימל, וועגן וועלכער איר האט פריער געהערט אין דעם ווארט פון אמת פון דער גוטער בשורה,
און אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח אליין און ג‑ט דער פאטער אונדזערער, וועלכער האט אונדז ליב געהאט און אונדז געגעבן אן אייביקע נחמה און א גוטע האפענונג אין זיין חסד,
כדי זייענדיק גערעכטפערטיקט דורך זיין חסד, זאלן מיר ווערן יורשים לויט דער האפענונג פון אייביקן לעבן.
יאגט נאך שלום מיט אלעמען און די הייליקונג, אָן וועלכער קיינער וועט נישט זען דעם האר;
כדי דורך צוויי אומפארענדערלעכע זאכן, אין וועלכע עס איז אוממעגלעך פאר ה׳ צו זאגן ליגן, זאלן מיר האבן א שטארקע טרייסט, מיר, וואס זענען אנטרונען, כדי אנצונעמען די האפענונג, וואס איז געלייגט געווארן פאר אונדזערטוועגן
ווארום פאר אונדז איז געווען פאסן אזא כהן גדול, (וואס איז) הייליק, אומשולדיק, לויטער, אפגעזונדערט פון חוטאים און דערהייבט איבער די הימלען;
דערנענטערט זיך צו ה׳, און ער וועט זיך דערנענטערן צו אייך. רייניקט אייערע הענט, איר חוטאים, און מאכט לויטער אייערע הערצער, איר צוויי-הארציקע.
נאר ווי דער, וועלכער האט אייך גערופן, איז הייליק, אזוי זאלט איר אליין אויך ווערן הייליק אין אלע אייערע דרכים;
געלויבט זאל זיין דער ג‑ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, וועלכער האט לויט זיינע גרויסע רחמים אונדז ווידערגעבוירן צו א לעבעדיקער האפענונג דורך יהושע/ישוע המשיחס אויפשטיין פון די טויטע,
דורך וועלכע ער האט אונדז געשענקט די טייערסטע און גרעסטע הבטחות; כדי דורך די דאזיקע זאלט איר ווערן אנטיילנעמער אין דער ג‑טלעכער טבע, אנטרונענדיק פון דער פארדארבונג, וואס איז אין דער וועלט דורך תאווה.
דערפאר, געליבטע, ווייל איר דערווארט די דאזיקע זאכן, זאלט איר זיך פלייסן געפונען צו ווערן אין שלום, אָן א פלעק און אָן א מום פאר אים.
ווער עס זאגט, אז ער בלייבט אין אים, דער איז מחייב צו לעבן אזוי, ווי ער האט געלעבט.
דורך דעם דאזיקן איז די ליבע פארפאלקאמט ביי אונדז: וואס מיר האבן בטחון אין דעם יום הדין; ווייל ווי ער איז, אזוי זענען מיר אויך אין דער דאזיקער וועלט.