22 און וואס מיר בעטן, דאס באקומען מיר פון אים, ווייל מיר היטן אפ זיינע געבאטן, און טאן דאס, וואס איז וואוילגעפעלן פאר אים.
און בשעת ער האט נאך גערעדט, זע, א ליכטיקער וואלקן האט זיי באשאטנט; און זע, א קול אויס דעם וואלקן האט געזאגט: דאס איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן; אים זאלט איר הערן!
און אלץ, וואס איר וועט בעטן אין תפילה, אויב איר וועט גלויבן, וועט איר עס באקומען.
דערפאר זאג איך אייך: אלץ, אויף וואס איר וועט תפילה טאן און בעטן, גלויבט, אז איר האט עס באקומען, און עס וועט (אזוי) זיין צו אייך.
און וואס איר וועט נאר בעטן אין מיין נאמען, וועל איך דאס דאזיקע טאן, כדי דער פאטער זאל פארהערלעכט ווערן אין דעם זון.
אויב איר וועט האלטן מיינע געבאטן, וועט איר בלייבן אין מיין ליבע, ווי איך האב געהאלטן די געבאטן פון מיין פאטער, און בלייב אין דער ליבע זיינער.
אויב איר בלייבט אין מיר, און מיינע ווערטער בלייבן אין אייך, מעגט איר בעטן וואס איר ווילט נאר, און עס וועט אייך געטאן ווערן.
האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו זיי: דאס דאזיקע איז דאס ווערק פון ה׳, אז איר זאלט גלויבן אין אים, וועמען ער האט געשיקט.
און דער, וואס האט מיך געשיקט, איז מיט מיר; ער האט מיך נישט איבערגעלאזט אליין; ווייל וואס איז וואוילגעפעליק פאר אים, דאס טו איך אלעמאל.
מיר ווייסן, אז ה׳ דערהערט נישט קיין חוטאים; נאר אויב עמיצער איז א ירא שמים און טוט זיין רצון, דעם דאזיקן דערהערט ער יא.
און אויף די צייטן פון אומוויסן האט ה׳ אוועקגעקוקט, איצט אבער באפעלט ער אלע מענטשן אומעטום, תשובה צו טאן;
עדות זאגנדיק צו יידן און צו גריכן וועגן תשובה צו ה׳ און אמונה אין אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.
איצט האב איך פון אלעם און (אפילו נאך) א שפע; איך בין אנגעפילט, האבנדיק באקומען פון עפאפראדיטוסן דאס, וואס איר האט געשיקט, א געשמאקן ריח, א קרבן, וואס איז אנגענעם און וואוילגעפעלן צו ה׳.
צו לעבן ווי עס איז ראוי פאר דעם האר, צו יעדער וואוילגעפעליקייט, און זיין פרוכטבאר אין אלע מעשים טובים און וואקסן אין דער דערקענטעניש פון ה׳;
זאל אייך מאכן שלמותדיק אין אלע מעשים טובים, צו טאן זיין רצון, ווירקנדיק אין אייך דאס, וואס איז וואוילגעפעלן פאר אים דורך יהושע/ישוע המשיחן, צו וועמען זאל זיין כבוד לעלמי עולמים. אמן.
אויב אבער עמיצן פון אייך פעלט חכמה, זאל ער בעטן ביי ה׳, וועלכער גיט שפעדיק יעדן איינעם און מאכט נישט צו שאנד, און עס וועט אים געגעבן ווערן.
איר בעט יא און באקומט נישט, ווייל איר בעט שלעכט, כדי איר זאלט עס פארצערן אין אייערע תאוות.
זייט זיך דעריבער מתוודה אייערע זינד איינער צום אנדערן, און טוט תפילה איינער פארן אנדערן, כדי איר זאלט געהיילט ווערן. די תפילה פון א צדיק האט א גרויסן כוח און פועלט זייער פיל.
און דורך דעם ווייסן מיר, אז מיר קענען אים: ווען מיר היטן אפ זיינע געבאטן.
און דאס איז דער בטחון, וואס מיר האבן צו אים: אז ווען מיר בעטן עפעס לויט זיין רצון, הערט ער אונדז;