Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א יוחנן בריוו 3:21 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

21 געליבטע, ווען אונדזער הארץ פארמשפט אונדז נישט, האבן מיר דרייסטקייט פאר ה׳;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א יוחנן בריוו 3:21
17 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

די אמונה, וואס דו האסט, האב דיר פאר ה׳. וואויל איז דעם, וואס פארמשפט זיך נישט אליין דערמיט, וואס ער דערלויבט זיך.


ווייל איך ווייס גארנישט קעגן מיר אליין; נאר מיט דעם דאזיקן בין איך (נאך) נישט גערעכטפערטיקט; עס איר אבער דער האר, וועלכער איז מיך דן.


ווארום אָט דאס דאזיקע איז אונדזער בארימונג, דאס עדות זאגן פון אונדזער געוויסן, אז אין קדושה און אין אויפריכטיקייט פאר ה׳, נישט אין פליישלעכער חכמה נאר אין ה׳ס חסד, האבן מיר געלעבט אין דער וועלט, און דער עיקר ביי אייך.


אין וועמען מיר האבן דעם דרייסטקייט און דעם צוטריט מיט בטחון דורך אמונה אין אים.


דעריבער וויל איך, אז די מענער זאלן תפילה טאן אויף יעדן ארט, אויפהויבנדיק הייליקע הענט אָן צארן און מחלוקת.


לאמיר קומען מיט אן אויפריכטיק הארץ אין דער פולקייט פון אמונה מיט אונדזערע הערצער גערייניקט פון א בייז געוויסן און מיט גופים געוואשענע אין ריין וואסער;


לאמיר זשע קומען מיט בטחון צום טראן פון חסד, כדי מיר זאלן דערלאנגען רחמים און געפינען חסד אלס א הילף אין דער ריכטיקער צייט.


און איצט, קינדער, בלייבט אין אים; כדי ווען ער וועט נתגלה ווערן, זאלן מיר האבן דרייסטקייט, און זיך נישט דארפן שעמען פאר אים ביי זיין אנקומען.


געליבטע, איך שרייב אייך נישט קיין ניי געבאט, נאר אן אלט געבאט, וואס איר האט געהאט פון אנהויב אָן; דאס אלטע געבאט איז דאס ווארט, וואס איר האט געהערט.


געליבטע, איצט זענען מיר ה׳ס קינדער, און עס איז נאך נישט אנטפלעקט געווארן, וואס מיר וועלן זיין. מיר ווייסן אבער, אז ווען ער וועט נתגלה ווערן, וועלן מיר זיין גלייך צו אים; ווייל מיר וועלן אים זען אזוי, ווי ער איז.


אז ווען אונדזער הארץ פארמשפט אונדז, איז ה׳ גרעסער ווי אונדזער הארץ, און ווייסט אלץ.


דורך דעם דאזיקן איז די ליבע פארפאלקאמט ביי אונדז: וואס מיר האבן בטחון אין דעם יום הדין; ווייל ווי ער איז, אזוי זענען מיר אויך אין דער דאזיקער וועלט.


און דאס איז דער בטחון, וואס מיר האבן צו אים: אז ווען מיר בעטן עפעס לויט זיין רצון, הערט ער אונדז;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ