18 קינדער, לאמיר נישט ליב האבן מיט ווערטער, אויך נישט מיט דער צונג, נאר בפועל ממש און באמת.
ווארום ער האט ליב אונדזער פאלק, און די שול האט ער אליין אונדז געבויט.
און פאר זייערטוועגן הייליק איך מיך, כדי זיי זאלן זיין געהייליקט אין דעם אמת.
זאל די ליבע זיין אָן פאלשקייט; האט פיינט דאס שלעכטע, באהעפט זיך צו דעם גוטן.
ווארום איר, ברידער, זענט גערופן געווארן צו פרייהייט; בלויז די פרייהייט זאל נישט ווערן קיין תירוץ פאר דעם פלייש, נאר דינט דורך ליבע איינער דעם אנדערן.
נאר, זאגנדיק דעם אמת אין ליבע, לאמיר אין אלעם וואקסן אין אים, וואס איז דער קאפ, דער משיח,
דערמאנען מיר די פעולה פון אייער אמונה און די באמיאונג פון אייער ליבע און די סבלנות פון אייער האפענונג אויף אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, פאר אונדזער ג‑ט און פאטער;
און האבנדיק געלייטערט אייערע נפשות אין דער געהארכזאמקייט פון דעם אמת צו אן אויפריכטיקער ברידערלעכער ליבע, זאלט איר ערנסט ליב האבן איינער דעם אנדערן פונם הארצן ארויס;
קינדער מיינע, דאס שרייב איך אייך, כדי איר זאלט נישט זינדיקן. און ווען עמיצער זינדיקט יא, האבן מיר א מליץ (יושר) ביי דעם פאטער, יהושע/ישוע המשיחן, דעם צדיק;
קינדער, זאל אייך קיינער נישט פארפירן; ווער עס טוט עוסק זיין אין צדקות, דער איז א צדיק, ווי ער איז א צדיק;
דער זקן צו דער אויסדערוויילטער הארינטע און צו אירע קינדער, וועלכע איך האב באמת ליב; און נישט בלויז איך אליין, נאר אויך אלע, וואס האבן דערקענט דעם אמת;
דער זקן צו גאיוסן דעם געליבטן, וועמען איך האב באמת ליב.