13 וואונדערט זיך נישט, ברידער, אויב די וועלט האט אייך פיינט.
און איר וועט זיין געהאסט פון אלעמען צוליב מיין נאמען. ווער אבער עס וועט אויסהאלטן ביז צום סוף, דער וועט געראטעוועט ווערן.
דעמאלט וועט מען אייך איבערגעבן צו באדריקונג, און מען וועט אייך טייטן; און איר וועט זיין געהאסט פון אלע פעלקער צוליב מיין נאמען.
און איר וועט זיין פארהאסט פון אלעמען צוליב מיין נאמען; ווער אבער עס וועט אויסהאלטן ביז צום סוף, דער וועט געראטעוועט ווערן.
און איר וועט זיין געהאסט פון אלעמען צוליב מיין נאמען.
וואויל איז אייך, ווען די מענטשן וועלן אייך האסן, און ווען זיי וועלן אייך ארויסשטויסן און באליידיקן און ארויסווארפן אייער נאמען ווי עפעס בייז, צוליב דעם בר אנש.
מען וועט אייך לייגן אין חרם אריין; יא, עס קומט אָן א שעה, אז יעדער איינער, וואס וועט אייך הרגענען, וועט מיינען, ער דינט ה׳ מיט דעם.
דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי אין מיר זאלט איר האבן שלום. אין דער וועלט האט איר צרות; נאר זייט געטרייסט; איך האב מנצח געווען די וועלט.
איך האב זיי געגעבן דיין ווארט; און די וועלט האט זיי פיינט, ווייל זיי זענען נישט פון דער וועלט, פונקט ווי איך בין נישט פון דער וועלט.
וואונדער דיך נישט, ווייל איך האב דיר געזאגט: איר מוזט ווידער געבוירן ווערן.
אייך קען די וועלט נישט האסן; מיך אבער האסט זי יא, ווייל איך זאג עדות וועגן איר, אז אירע מעשים זענען בייז.
און זעענדיק דאס, האט פעטרוס געענטפערט דעם עולם: איר מענער פון ישראל, וואס וואונדערט איר זיך איבער דער דאזיקער זאך? אדער וואס קוקט איר אזוי אויף אונדז, גלייך ווי מיט אונדזער אייגענעם כוח אדער פרומקייט האבן מיר אים געמאכט ארומגיין?
ווייל דאס טראכטן פונם פלייש איז שנאה צו ה׳, מחמת עס אונטערטעניקט זיך נישט צו ה׳ס תורה און עס קען אויך טאקע נישט;
יא, אלע, וועלכע ווילן לעבן ג‑טספארכטיק אין משיח יהושע/ישוע, וועלן פארפאלגט ווערן.
איר נואפות, צי ווייסט איר דען נישט, אז די ליבע פון עולם הזה, איז פיינטשאפט פאר ה׳? דעריבער, ווער עס וויל זיין א ליבהאבער פון דער וועלט, דער ווערט א שונא פון ה׳.
און דער מלאך האט צו מיר געזאגט; פארוואס ביסטו נשתומם געווארן? איך וועל דיר אויסזאגן דעם סוד פון דער פרוי, און פון דער חיה, וואס טראגט זי און וואס האט די זיבן קעפ און די צען הערנער.