9 ווער עס זאגט, אז ער איז אין דעם ליכט, און האט פיינט דעם ברודער זיינעם, דער איז (נאך) אין דער פינצטערניש ביז איצט.
האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: אויב איר וואלט געווען בלינד, וואלט איר נישט געהאט קיין חטא; איצט אבער זאגט איר: מיר זען; דערפאר בלייבט אייער זינד.
און אין די דאזיקע טעג איז פעטרוס אויפגעשטאנען אין דער מיט פון די ברידער און האט געזאגט—אן עולם אן ערך הונדערט און צוואנציק זענען דערביי געווען פארזאמלט—
ווארום דער, וועמען עס פעלן די דאזיקע (מידות טובות), איז בלינד, קורצזיכטיק, און האט פארגעסן די רייניקונג פון זיינע אלטע חטאים.
ווען מיר זאגן, אז מיר האבן חברותאשאפט מיט אים, און גייען אין דער פינצטערניש, זאגן מיר ליגן, און טאן נישט דעם אמת;
ווער אבער עס האסט זיין ברודער, דער איז אין דער פינצטערניש, און גייט אין דער פינצטערניש, און ווייסט נישט וואו אהין ער גייט, ווייל די פינצטערניש האט אים פארבלענדט די אויגן.
ווער עס זאגט: איך קען אים, און היט נישט אפ זיינע געבאטן, דער איז א ליגנער, און דער אמת איז נישט אין אים;
דורך דעם דאזיקן ווערן אנטפלעקט די קינדער פון ה׳, און די קינדער פון דעם שׂטן: יעדער איינער, וועלכער טוט נישט עוסק זיין אין צדקות, איז נישט פון ה׳, און דער, וואס האט נישט ליב זיין ברודער.
ווען עמיצער זאגט: איך האב ליב ה׳, און האט פיינט זיין ברודער—איז ער א ליגנער; ווארום ווער עס האט נישט ליב זיין ברודער, וועמען ער זעט, דער קען נישט ליב האבן ה׳, וועמען ער זעט נישט.