5 ווער אבער עס היט יא אפ זיין ווארט, ווערט ה׳ס ליבע באמת פארפאלקאמט אין אים. דורך דעם ווייסן מיר, אז מיר זענען אין אים:
ער אבער האט געזאגט: יא, וואויל איז די, וואס הערן ה׳ס ווארט, און היטן עס אפ!
ווער עס האט מיינע געבאטן און האלט זיי, דער איז עס, וואס האט מיך ליב; און דער, וואס האט מיך ליב, וועט זיין געליבט פון מיין פאטער, און איך וועל אים ליב האבן, און וועל מיך אנטפלעקן צו אים.
האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: אויב עמיצער האט מיך ליב, וועט ער האלטן מיין ווארט; און מיין פאטער וועט אים ליב האבן; און מיר וועלן קומען צו אים און מאכן א וואוינונג (פאר אונדז) ביי אים.
איך בין דער וויינשטאק; איר זענט די צווייגן; ווער עס בלייבט אין מיר, און איך אין אים, דער ברענגט א סך פירות; ווייל אָן מיר קענט איר גארנישט טאן.
דער, וואס עסט מיין פלייש און טרינקט מיין בלוט, בלייבט אין מיר, און איך אין אים.
אזוי ארום איז נישטא מער קיין שום פאראורטיילונג פאר די, וואס זענען אינם משיח יהושע/ישוע.
פון אים אבער זענט איר אינם משיח יהושע/ישוע, וועלכער איז פאר אונדז געווארן חכמה פון ה׳, און צדקות און קדושה, און גאולה;
דערפאר, אויב עמיצער איז אינם משיח, איז ער א נייע באשאפונג; דאס אלטע איז פארגאנגען, זע, אלץ איז געווארן ניי!
ווארום דעם, וועלכער האט נישט געקענט קיין חטא (ישעיהו נג, ט.), האט ה׳ געמאכט זינד (ישעיהו נג, ו.) פאר אונדזערטוועגן (ישעיהו נג, ה.); כדי מיר זאלן ווערן ה׳ס גערעכטיקייט אין אים (ישעיהו נג, יא.).
זעסט, אז די אמונה האט מיטגעווירקט מיט זיינע מעשים, און דורך די מעשים איז די אמונה געווארן שלמותדיק;
און ווער עס היט זיינע געבאטן, דער בלייבט אין אים, און ער אין אים. און דורך דעם דאזיקן דערקענען מיר, אז ער בלייבט אין אונדז: דורך דעם גייסט, וועלכן ער האט אונדז געשענקט.
דורך דעם דאזיקן איז די ליבע פארפאלקאמט ביי אונדז: וואס מיר האבן בטחון אין דעם יום הדין; ווייל ווי ער איז, אזוי זענען מיר אויך אין דער דאזיקער וועלט.
מורא עקזיסטירט נישט אין דער ליבע; נאר די פאלקאמענע ליבע טרייבט ארויס מורא, ווייל מורא האט (צו טאן מיט) עונש; דער אבער, וועלכער האט מורא, ווערט נישט פארפאלקאמט אין דער ליבע.
דורך דעם דאזיקן דערקענען מיר, אז מיר האבן ליב ה׳ס קינדער, ווען מיר האבן ליב ה׳ און טאן זיינע געבאטן.
און מיר ווייסן, אז דער זון פון דער אויבערשטער איז געקומען און אונדז געשענקט א פארשטאנד, כדי מיר זאלן דערקענען דעם ווארהאפטיקן; און מיר זענען אין דעם ווארהאפטיקן, אין זיין זון יהושע/ישוע המשיח. דאס איז דער ווארהאפטיקער ג‑ט און דאס אייביקע לעבן.
און דאס דאזיקע איז די ליבע: אז מיר זאלן לעבן לויט זיינע געבאטן. דאס דאזיקע איז דאס געבאט, ווי איר האט געהערט פון אנהויב אָן, אז איר זאלט לעבן דערין.
און די שלאנג איז געווארן צארנדיק אויף דער פרוי, און איז אוועק מלחמה האלטן מיט די איבריקע פון איר זאמען, וואס היטן אפ ה׳ס געבאטן און האבן דאס עדות פון יהושען/ישוען.
דא איז די סבלנות פון די קדושים, וועלכע היטן אפ ה׳ס געבאטן און די אמונה פון יהושען/ישוען.