26 דאס האבן איך אייך געשריבן וועגן די, וואס פארפירן אייך.
ווארום עס וועלן אויפשטיין פאלשע משיחים און פאלשע נביאים, און וועלן טאן נסים און וואונדער, כדי צו פארפירן, אויב מעגלעך, די אויסדערוויילטע.
זאל אייך קיינער נישט בארויבן אייער שכר דורך א שיפלות פון זיך אליין און א דינען צו מלאכים, באשטייט זיך מיט דעם, וואס ער האט געזען, און איז גאווהדיק אויפגעבלאזן מיט זיין גשמיותדיקן שכל,
גיט אכטונג, אז עס זאל אייך קיינער נישט נעמען געפאנגען דורך דער פילאזאפיע און פוסטן באטרוג, לויט דער קבלה פון מענטשן, לויט די יסודותדיקע כללים פון דער וועלט, און נישט לויט משיחן;
דער גייסט אבער זאגט אויסדריקלעך, אז אין שפעטערע צייטן וועלן אייניקע אפפאלן פון דער אמונה, האלטנדיק זיך צו פארפירערישע גייסטער און טייוולאנישע לערנונגען
שלעכטע מענטשן אבער און באטריגער וועלן ווערן ערגער און ערגער, וועלן פארפירן און פארפירט ווערן.
קינדער, זאל אייך קיינער נישט פארפירן; ווער עס טוט עוסק זיין אין צדקות, דער איז א צדיק, ווי ער איז א צדיק;
ווייל א סך פארפירער זענען ארויסגעגאנגען אין דער וועלט אריין, וועלכע זענען נישט מודה, אז יהושע/ישוע המשיח איז געקומען אינם פלייש. דאס איז דער פארפירער און אנטי‑משיח.