23 יעדער, וועלכער פארלייקנט דעם זון, האט אויך נישט דעם פאטער; ווער וואס איז מודה אין דעם זון, דער האט דעם פאטער אויך.
אלץ איז מיר איבערגעגעבן געווארן פון מיין פאטער, און קיינער קען נישט דעם זון אחוץ דער פאטער; און קיינער קען נישט דעם פאטער אחוץ דער זון, און וועמען דער זון וויל אים מגלה זיין.
אלץ איז מיר איבערגעגעבן געווארן פון מיין פאטער; און קיינער ווייסט נישט, ווער דער זון איז, אחוץ דער פאטער; און ווער דער פאטער איז, (ווייסט קיינער נישט) אחוץ דער זון, און דער, צו וועמען דער זון וויל עס אנטפלעקן.
איך און דער פאטער זענען מיר איינס.
און דאס וועלן זיי טאן, ווייל זיי האבן נישט געקענט דעם פאטער, און נישט מיך.
און דאס איז דאס אייביקע לעבן, אז זיי זאלן דיך קענען, דעם איינציק אמתן ג‑ט, און יהושע/ישוע המשיחן, וועמען דו האסט געשיקט.
כדי אלע זאלן אפגעבן כבוד דעם זון, ווי זיי גיבן אפ כבוד דעם פאטער. ווער עס גיט נישט אפ כבוד דעם זון, דער גיט נישט אפ כבוד דעם פאטער, וואס האט אים געשיקט.
זיי האבן דעריבער געזאגט צו אים: וואו איז דיין פאטער? האט יהושע/ישוע געענטפערט: נישט איר קענט מיך, נישט דעם פאטער מיינעם; אויב איר וואלט מיך געקענט, וואלט איר אויך געקענט מיין פאטער.
ווער איז דער ליגנער, אויב נישט דער, וועלכער לייקנט אפ, אז יהושע/ישוע איז דער משיח? דער דאזיקער איז דער אנטי‑משיח, וועלכער פארלייקנט דעם פאטער און דעם זון.
ווער עס וועט מודה זיין, אז יהושע/ישוע איז דער זון פון דער אויבערשטער, בלייבט ה׳ אין אים, און ער אין ה׳.
דורך דעם דאזיקן דערקענט איר ה׳ס גייסט: יעדער גייסט, וואס איז מודה, אז יהושע/ישוע המשיח איז געקומען אינם פלייש, איז פון ה׳;
יעדער איינער, וועלכער גלויבט, אז יהושע/ישוע איז דער משיח, דער איז געבוירן פון ה׳; און יעדער איינער, וועלכער האט ליב דעם, וואס האט געבוירן, האט אויך ליב דעם, וואס איז געבוירן געווארן פון אים.
און מיר ווייסן, אז דער זון פון דער אויבערשטער איז געקומען און אונדז געשענקט א פארשטאנד, כדי מיר זאלן דערקענען דעם ווארהאפטיקן; און מיר זענען אין דעם ווארהאפטיקן, אין זיין זון יהושע/ישוע המשיח. דאס איז דער ווארהאפטיקער ג‑ט און דאס אייביקע לעבן.