ווארום זוך איך דען איצט צו געווינען מענטשן, אדער ה׳? אדער זוך איך צו געפינען חן ביי מענטשן? אויב איך וואלט נאך געזוכט צו געפינען חן ביי מענטשן, וואלט איך נישט געווען משיחס קיין קנעכט.
אין וועלכע איר זענט אמאל געווען לויט דעם צייטלויף פון דער וועלט, לויט דעם שר פון דער מאכט פון דער לופט, פון דעם גייסט, וואס ווירקט איצט אין די קינדער פון ווידערשפעניקייט—
ווארום דער שורש פון אלעם שלעכטן איז די ליבע צו געלט; וואס אייניקע האבן געגלוסט און זענען פארפירט געווארן פון דער אמונה און האבן זיך אליין געקוועלט מיט א סך יסורים.
איר נואפות, צי ווייסט איר דען נישט, אז די ליבע פון עולם הזה, איז פיינטשאפט פאר ה׳? דעריבער, ווער עס וויל זיין א ליבהאבער פון דער וועלט, דער ווערט א שונא פון ה׳.