Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א יוחנן בריוו 2:14 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

14 איך האב געשריבן צו אייך, פאטערס, ווייל איר קענט אים, וועלכער איז פון אנהויב אָן. איך האב געשריבן צו אייך, יונגעלייט, ווייל איר זענט שטארק, און ה׳ס ווארט פארבלייבט אין אייך, און איר האט גובר געווען דעם בייזן (שׂטן).

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א יוחנן בריוו 2:14
18 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

אויב איר בלייבט אין מיר, און מיינע ווערטער בלייבן אין אייך, מעגט איר בעטן וואס איר ווילט נאר, און עס וועט אייך געטאן ווערן.


און זיין ווארט האט איר נישט וואוינען אין אייך, ווייל איר גלויבט נישט אין דעם דאזיקן, וועמען ער האט געשיקט.


דאן האט יהושע/ישוע געזאגט צו די יידן, וואס האבן געגלויבט אין אים: אויב איר וועט בלייבן אין מיין ווארט, זענט איר באמת מיינע תלמידים;


איך ווייס, אז איר זענט אברהמס זאמען; נאר איר זוכט מיך צו טייטן, ווייל מיין ווארט געפינט נישט קיין ארט אין אייך.


צום סוף, ווערט שטארק אינם האר און אין דעם כוח פון זיין גבורה.


איך קען אלץ (פארטראגן) דורך אים, וועלכער שטארקט מיך.


געשטארקט מיט יעדן כוח לויט דער מאכט פון זיין הערלעכקייט, צו יעדער סבלנות און צוריקגעהאלטנקייט מיט שמחה;


זאל משיחס ווארט וואוינען בשפע אין אייך, אין יעדער חכמה; לערנט און זייט מזהיר איינער דעם אנדערן מיט מזמורים, לויב געזאנגען און רוחניותדיקע שירים, און זינגט מיט דאנק אין אייערע הערצער צו ה׳.


דעריבער דו, מיין זון, שטארק דיך אין דעם חסד, וואס איז אין משיח יהושע/ישוע.


ווארום דאס איז דער בונד, וואס איך וועל מאכן מיט דעם בית ישראל נאך יענע טעג, זאגט דער האר (ג‑ט): איך וועל געבן מיינע געזעצן אין זייער פארשטאנד, און אויף זייער הארץ וועל איך זיי שרייבן; און וועל זיין זייער ג‑ט, און זיי וועלן זיין מיין פאלק.


דאס, וואס איז געווען פונם אנהויב אָן, וואס מיר האבן געהערט, וואס מיר האבן געזען מיט אונדזערע אויגן, וואס מיר האבן באטראכט און אונדזערע הענט האבן אנגערירט, וועגן דעם ווארט פון לעבן—


ווען מיר זאגן, אז מיר האבן נישט געזינדיקט, מאכן מיר אים פאר א ליגנער, און זיין ווארט איז נישט אין אונדז.


איך שרייב צו אייך, אבות, ווייל איר קענט אים, וואס איז פון אנהויב אָן. איך שרייב צו אייך, יונגעלייט, ווייל איר האט גובר געווען דעם בייזן (שׂטן). איך האב געשריבן צו אייך, קינדער, ווייל איר קענט דעם פאטער.


צוליב דעם אמת, וואס בלייבט אין אונדז, און וועט זיין מיט אונדז ביז אויף אייביק;


ווארום איך האב מיך זייער געפריידט, ווען ברידער זענען געקומען און האבן עדות געזאגט וועגן דעם אמת אין דיר, וויאזוי דו לעבסט אין דער ווארהייט.


און דו האסט געדולד און האסט סובל געווען צוליב מיין נאמען און ביסט נישט געווארן מיד.


ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות. דעם, וואס איז מנצח, אים וועל איך געבן צו עסן פון דעם עץ החיים, וואס איז אינם גן עדן פון ה׳. (בראשית ב, ט; ג, כד.)


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ