קינדער, נאך א קורצע צייט בין איך מיט אייך. איר וועט מיך זוכן, און ווי איך האב געזאגט צו די יידן: וואואהין איך גיי, קענט איר נישט קומען, אזוי זאג איך אויך אייך איצט.
איך אבער האב דאס עדות זאגן, וואס איז גרעסער ווי יוחננס; ווארום די מעשים, וואס דער פאטער האט מיר געגעבן, כדי איך זאל זיי פארענדיקן, די זעלביקע מעשים, וואס איך טו, זאגן עדות וועגן מיר, אז דער פאטער האט מיך געשיקט.
וועמען פון די נביאים האבן אייערע עלטערן נישט גערודפט? און האבן געטייט די, וואס האבן פארויסגעזאגט וועגן דעם קומען פון דעם צדיק, וועמעס מוסרים און רוצחים איר זענט איצט געווארן;
ווארום דער משיח איז נישט אריינגעגאנגען אין א מקדש, וואס איז געווען געמאכט פון מענטשלעכע הענט, א בילד פון דעם אמתן; נאר ממש אין הימל אריין, איצט צו דערשיינען פאר ה׳ס פנים פאר אונדזערטוועגן;