Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א יוחנן בריוו 1:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 דאס, וואס איז געווען פונם אנהויב אָן, וואס מיר האבן געהערט, וואס מיר האבן געזען מיט אונדזערע אויגן, וואס מיר האבן באטראכט און אונדזערע הענט האבן אנגערירט, וועגן דעם ווארט פון לעבן—

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א יוחנן בריוו 1:1
23 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

אזוי ווי עס האבן זיי אונדז איבערגעגעבן די, וואס האבן זיי אליין געזען פון אנהויב אָן און זענען געווען דינער פונם ווארט,


קוקט אויף מיינע הענט און אויף מיינע פיס, אז איך בין עס אליין! רירט מיך אָן און זעט! ווייל א גייסט האט נישט קיין פלייש און ביין, ווי איר זעט, אז איך האב.


און דער, וואס האט עס געזען, האט עדות געזאגט, און זיין עדות זאגן איז וואר; און ער ווייסט, אז ער זאגט דעם אמת, כדי אויך איר זאלט גלויבן.


דאן זאגט ער צו תומא: שטרעק אויס דיין פינגער אהער און זע מיינע הענט; און שטרעק אויס דיין האנט און טו זי אריין אין מיין זייט, און זיי נישט אומגלויביק, נאר זיי א מאמין!


ווארום ווי דער פאטער האט לעבן אין זיך אליין, אזוי האט ער אויך געגעבן דעם זון, צו האבן לעבן אין זיך אליין;


האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך; איידער אברהם איז געווען, בין איך.


צו וועמען נאך זיין ליידן ער האט זיך באוויזן לעבעדיק דורך א סך זיכערע באווייזן, דערשיינענדיק צו זיי במשך פון פערציק טעג און רעדנדיק וועגן דעם, וואס האט א שייכות צום קעניגרייך פון ה׳;


ווארום מיר קענען נישט אנדערש ווי רעדן דאס, וואס מיר האבן געזען און געהערט.


וויאזוי זשע וועלן מיר אנטרינען (א שטראף) פארנאכלעסיקנדיק אזא גרויסע ישועה? וועלכע איז מתחילת אנגעזאגט געווארן דורך דעם האר און באשטעטיקט געווארן צו אונדז דורך די, וואס האבן אים געהערט,


און מיר האבן געזען און זאגן עדות, אז דער פאטער האט געשיקט דעם זון אלס רעטער פון דער וועלט.


ווייל עס זענען דריי, וועלכע זאגן עדות:


אזוי צו זאגן: וואס דו זעסט, דאס שרייב אין א ספר און שיק עס צו די זיבן קהלות: קיין עפעזוס און קיין סמירנא און קיין פערגאמוס און קיין טיאטירא און קיין סארדעס און קיין פילאדעלפיא און קיין לאאדיצעא.


איך בין אלף און תוו, זאגט דער האר ג‑ט, וועלכער איז און איז געווען און קומט, דער אלמעכטיקער.


און ער גייט אנגעטאן א מלבוש, איינגעטונקט אין בלוט; און זיין נאמען הייסט מימרא דה׳ (ה׳ס ווארט).


און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין סמירנא שרייב: דאס זאגט דער ערשטער און דער לעצטער, וועלכער איז געווען טויט און איז לעבעדיק געווארן:


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ