4 צי האבן מיר דען נישט קיין רשות צו עסן און צו טרינקען?
נישט קיין זאק אויפן וועג, נישט קיין צוויי העמדער, נישט קיין שיך, נישט קיין שטאק; מחמת דער ארבעטער איז ווערט זיין שפייז.
און אין דעם זעלביקן הויז זאלט איר בלייבן, עסט און טרינקט וואס זיי האבן; ווארום דער ארבעטער איז ווערט זיין לוין. גייט נישט פון הויז צו הויז.
זילבער, אדער גאלד, אדער מלבושים, האב איך פון קיינעם נישט באגערט.
מיין פארטיידיקונג פאר די, וועלכע משפטן מיך, איז דאס:
דער, וועלכער ווערט געלערנט אין ווארט, זאל זיך טיילן מיט דעם, וואס לערנט אים.
אויך נישט זוכנדיק כבוד פון מענטשן, צי פון אייך צי פון אנדערע,
ווארום איר געדענקט (דאך), ברידער, אונדזער מי און מאטער: ארבעטנדיק ביינאכט און בייטאג, כדי נישט צו פאלן צולאסט עמיצן פון אייך, האבן מיר אייך געדרשנט די גוטע בשורה פון ה׳.