27 נאר איך אונטערדריק מיין גוף און האלט אים אין קנעכטשאפט, כדי בשעת איך האב געדרשנט צו אנדערע, זאל איך אליין נישט פארווארפן ווערן.
דאך, ווייל די דאזיקע אלמנה מאכט מיר מיד, וועל איך איר פארשאפן גערעכטיקייט, כדי זי זאל נישט סוף כל סוף קומען מיך שלאגן אין פנים אריין.
ווארום וואס לוינט עס א מענטשן, אז ער זאל געווינען די גאנצע וועלט, און פארלירן אדער שעדיקן זיך אליין?
איינעם, וואס זאל איבערנעמען דאס ארט פון דער דאזיקער עבודה און שליחות, פון וועלכער יהודה איז אפגעפאלן, כדי צו גיין אויף זיין אייגן ארט.
ווארום אויב איר לעבט לויטן פלייש, מוזט איר שטארבן; אויב אבער איר וועט דורכן גייסט אפטייטן די מעשים פונם גוף, וועט איר לעבן.
דערפאר, אויב א מאכל פארפירט מיין ברודער צום שטרויכלען, וועל איך אויף אייביק בשום אופן מער נישט עסן קיין פלייש, כדי איך זאל נישט פארפירן מיין ברודער צום שטרויכלען.
און יעדער באקסער באהערשט זיך אין אלעם. און זיי (טאן עס) כדי זיי זאלן באקומען א פארדארבלעכע קרוין; מיר אבער אן אומפארדארבלעכע.
אין פראצע און הארעוואניע, אפטמאל אָן שלאף ביינאכט, אין הונגער און אין דורשט, אפטמאל אין תעניתים, אין קעלט און נאקעט (און בלויז).
טייט דעריבער אפ אייערע אברים, וועלכע זענען אויף דער ערד: זנות, טומאה, תאווה, בייזע גלוסטונג, און די געלטגייציקייט, וואס איז עבודה זרה;
אנטלויף אבער פון די יוגנטלעכע תאוות, און יאג נאך צדקות, אמונה, ליבע, שלום מיט די, וועלכע רופן אָן דעם האר אויס א לויטער הארץ.
געליבטע, איך בעט אייך ווי גרים און תושבים, האלט זיך צוריק פון די פליישלעכע תאוות, וועלכע האלטן מלחמה קעגן דער נשמה;
פארלאזנדיק דעם דרך הישר, האבן זיי פארבלאנדזשעט, און נאכגעפאלגט אין דעם וועג פון בלעם בן בעור, וואס האט ליב געהאט דעם שכר פון אומגערעכטיקייט;