און ווי זיי זענען געגאנגען איבער די שטעט, האבן זיי איבערגעגעבן צו זיי אפצוהיטן די חוקים, וואס זענען באשלאסן געווארן פון די שליחים און זקנים אין ירושלים.
און וואס שייך די גויישע מאמינים, האבן מיר שוין געשריבן א בריוו, באשליסנדיק, אז זיי זאלן זיך אפהיטן (צו עסן) פון קרבנות צו אפג-טער און פון בלוט און פון דערווארגן (פלייש) און פון זנות.
ווארום ווען די אומות העולם, נישט האבנדיק די תורה, טאן פון זייער טבע לויט (ווי) די תורה (שרייבט פאר), זיי, הגם נישט האבנדיק קיין תורה, זענען א תורה פאר זיך אליין.
בלויז דאס דאזיקע וויל איך לערנען פון אייך: צי דורך ווערט פון מעשים פון תרי״ג זכות האט איר באקומען דעם רוח (הקודש), אדער דורך דער גלויבן (אמונה) וואס טוט קומען פון הערן?