2 אויב פאר אנדערע בין איך נישט קיין שליח, דאך פאר אייך בין איך יא; ווארום די חתימה פון מיין שליחות זענט איר אינם האר.
ווער עס נעמט יא אָן זיין עדות זאגן, דער האט צוגעלייגט זיין חתימה, אז ה׳ איז אמת.
ארבעט נישט פאר דער שפייז, וואס ווערט פארדארבן, נאר פאר דער שפייז, וואס בלייבט צום אייביקן לעבן, וואס דער בר אנש וועט אייך געבן; ווארום אויף אים האט ג‑ט דער פאטער געלייגט זיין חותם.
איינעם, וואס זאל איבערנעמען דאס ארט פון דער דאזיקער עבודה און שליחות, פון וועלכער יהודה איז אפגעפאלן, כדי צו גיין אויף זיין אייגן ארט.
מיין פארטיידיקונג פאר די, וועלכע משפטן מיך, איז דאס:
די צייכנס פון א שליח זענען דאך געווירקט געווארן צווישן אייך אין יעדער סבלנות, אין אותות און מופתים און גבורות.